דער פֿאַרברענטער בריוו

The Burned Note

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 25, 2018.
הרבֿ ישׂראל אָדעסער זצ״ל/רבי נמחנס „הימלישער בריוו‟ צו הרבֿ ישׂראל אָדעסער
Wiki Commons
הרבֿ ישׂראל אָדעסער זצ״ל/רבי נמחנס „הימלישער בריוו‟ צו הרבֿ ישׂראל אָדעסער

הײַנט לייענט מיר פּרשת־ויראָ, וואָס הייבט זיך אָן מיטן וויזיט פֿון דרײַ מלאָכים נאָך אַבֿרהם אָבֿינוס ברית־מילה. שפּעטער זענען די זעלבע מלאָכים געגאַנגען צו צעשטערן סדום און עמורה מחמת דער אוממאָראַלישקייט פֿון די דאָזיקע שטעט.

די טעמע פֿון פּגם־הברית און דעם תּיקון־הברית פֿאַרנעמט זייער אַ וויכטיק אָרט אינעם בראַצלעווער (ברסלבֿער) חסידות. דעם הײַנטיקן שבת, י״ח מרחשוון, פּראַוועט מען דעם יאָרצײַט פֿון רבי ישׂראל אָדעסער – איינער פֿון די סאַמע אינטערעסאַנטע און קאָנטראָווערסאַלע פֿיגורן אין דער הײַנטיקער חסידישער ייִדישקייט, בפֿרט צווישן די בעל־תּשובֿות.

הרבֿ ישׂראל־דובֿ־בער אָדעסער איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1888 אין טבֿריה, אינעם יאָר 1888, אין אַ משפּחה פֿון קאַרלינער חסידים. אין זײַן יונגט, ווי אַ ישיבֿה־בחור, האָט ער געפֿונען אין מיסט אַ צעריסענעם ספֿר; פֿאַרחידושט, האָט ער עס אויפֿגעהויבן און אָנגעהויבן לערנען. על־פּי הלכה, טאָר מען דאָך נישט אַרויסוואַרפֿן אַ הייליקן ספֿר, שוין אָפּגערעדט — צערײַסן אויף שטיקער. דער ספֿר איז געווען „השתּפּכות הנפֿש‟ פֿון הרבֿ אַלתּר טעפּליקער — אַ באַקאַנטער בראַצלעווער חסיד פֿון אוקראַיִנע, וועלכער איז אומגעקומען על־קידוש־השם בעת אַ פּאָגראָם אין 1919. אין זײַנע ספֿרים, שטעלט ער דעם טראָפּ אויפֿן התבודדות, צו פֿאַרברענגען יעדן טאָג אין פּערזענלעכע האַרציקע תּפֿילות. לויט דער בראַצלעווער טראַדיציע, איז עס בעסער צו טאָן מיט אייגענע ווערטער אויף ייִדיש, אַליין, שפּעט בײַנאַכט, אין אַ ווילד פֿעלד צי אַ וואַלד.

נישט אַלע חסידים זענען מסכּים מיטן בראַצלעווער פּערזענלעך־עמאָציאָנעלן דרך, און דערצו האָבן די בראַצלעווער אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ מין „מיסיאָנערן‟, וואָס ציִען צו זיך דעם עולם פֿון מער „טרוקענע‟ חסידישע קהילות צו מאַכן זיי „משוגע‟. דעריבער, ווערן די בראַצלעווער ספֿרים טאַקע אַרויסגעוואָרפֿן פֿון געוויסע שילן. הרבֿ אָדעסער איז געווען צווישן די, וואָס זענען צוגעצויגן געוואָרן צו רבי נחמנס חסידים צוליב דער דאָזיקער קענגערשאַפֿט — אַ סימן, אַז די צענזור דינט צומאָל דווקא ווי אַ רעקלאַמע.

אינעם יאָר 1922, ווי אַ 33־יאָריקער יונגערמאַן, האָט הרבֿ ישׂראל איבערגעגעבן, אַז ער האָט געפֿונען אין זײַן פֿאַרשלאָסענער שאַפֿע־פּאָליצע אַ הימלישן בריוו פֿון רבי נחמנען, וווּ עס שטייט געשריבן די מיסטעריעזע פֿראַזע „נ׳ נח’ נחם’ נחמן מאומן‟ אין שײַכות צו ביאת־המשיח. אַ סך בראַצלעווער אַליין, און אַוודאי די אַנדערע חסידים, האָבן נישט אויפֿגענומען דעם בריוו ווי אַן אמתע בשׂורה פֿון הימל. די סקעפּטיקער זענען זיך משער, אַז עמעצער האָט פּשוט געטריבן קאַטאָוועס, וויסנדיק ר׳ ישׂראלס ריינע אמונה אין כּלערליי ניסים.

אין די 1980ער יאָרן, בעת אַ נסיעה קיין אַמעריקע, האָט דער רבֿ זיך געטראָפֿן מיט הרבֿ משה פֿײַנשטיין. דער באַרימטער אַמעריקאַנער פּוסק האָט באַקוקט דעם מיסטעריעזן בריוו, זיך באַצויגן ערנסט צו דעם „געהיימען דאָקומענט‟ און געגעבן דעם חסיד אַ ברכה צו זאַמלען געלט פֿאַרן פֿאַרשפּרייטן רבי נחמנס תּורה. ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז אינעם נוסח פֿון הרבֿ פֿײַנשטיינס הסכּמה גייט אַ רייד בלויז וועגן די אָריגינעלע ווערק פֿון רבי נחמנען. ס׳רובֿ הײַנטיקע בראַצלעווער ספֿרים שטאַמען פֿון זײַנע חסידים; צווישן די בראַצלעווער אַליין גייט אָן אַ מחלוקת אַרום זייער סטאַטוס.

ווען הרבֿ ישׂראל אָדעסער איז ניפֿטר געוואָרן אין 1994, האָט זיך אַרום אים שוין געשאַפֿן אַ ממשותדיקער און פֿאַרשיידנאַרטיקער קרײַז פֿון נאָכפֿאָלגער, וועלכע האָבן אָנגענומען די מיסטישע פֿאָרמולע „נ׳ נח’ נחם’ נחמן מאומן‟ ווי די וויכטיקסטע משיחישע סגולה. ווען די באַוועגונג פֿון „ננחניקעס‟ האָט זיך אַנטוויקלט ווײַטער נאָך זײַן פּטירה, האָט זי צוגעצויגן טויזנטער בעלי־תּשובֿה און גײַסטיק געשטימע, אָבער לאַוו־דווקא פֿרומע ייִדן, אַרײַנגעכענט די קינסטלער און מוזיקער, נאָענט צו די „היפּיס‟ און דעם אַמעריקאַנער „ייִדישן התחדשות‟ (Jewish Renewal). צוליב דעם בלײַבט הרבֿ ישׂראל אָדעסער, צום באַדויערן, אַ קאָנטראָווערסאַלע פֿיגור אין דער פֿרומער וועלט, הגם ער אַליין איז געווען, בלי־שום־ספֿק, אַ טיפּישער טראַדיציאָנעלער חסיד.

וואָס שייך דעם תּיקון־הברית, איז דער דאָזיקער באַגריף אינעם בראַצלעווער חסידות אַ סך ברייטער, ווי דאָס אָפּהיטן זיך פֿון סעקסועלע עבֿירות און זינדיקע הירהורים, הגם דער דאָזיקע ענין איז טאַקע פֿאַרבונדן מיט אַבֿרהם אָבֿינו. כּדי צו פֿאַרריכטן און אָנצוהאַלטן דעם ברית — דעם גײַסטיקן פֿאַרבאַנד — מיטן באַשעפֿער, מוז מען אָנווענדן אַלע ווערטער, געדאַנקען און באַגערן צום רבונו־של־עולם. פּערזענלעכע תּפֿילות און מעדיטאַציעס פֿאַרנעמען דאָ גאָר אַ וויכטיק אָרט.

ליגן ליגט הרבֿ ישׂראל אָדעסער אויפֿן בית־עולם „הר־המנוחות‟ אין ירושלים; ווען ער איז ניפֿטר געוואָרן, איז איינער אַ מאַן מיטן נאָמען דניאל אַרײַנגעקומען צו הרבֿ אָדעסערס טאָכטער ציפּורה אין שטוב, געבעטן צו זען דאָס צעטל און פּלוצעם האָט עס זיך פֿאַרברענט. קאָפּיעס דערפֿון זענען אָבער גוט באַקאַנט. דאָס מחלוקת איבער דער מחברשאַפֿט פֿונעם אומגעוויינטלעכן דאָקומענט גייט אָן ווײַטער. נישט געקוקט אויף דעם קאָנטראָווערסאַלן טעם, בלײַבן די „ננחניקעס‟ אַן אָנגעזעענער שיכט צווישן די הײַנטיקע בעל־תּשובֿות, בפֿרט אין ארץ־ישׂראל.