וואַרשעווער פֿאַרדאַמען די„געטאָ־בענק‟ פֿון די 1930ער

Warsaw Residents Condemn Ghetto Benches of the 1930s

פֿון קאַראָ וועגנער

Published October 26, 2018.
מע זינגט ייִדישע און פּוילישע לידער בעת דער צערעמאָניע
Karo Wegner
מע זינגט ייִדישע און פּוילישע לידער בעת דער צערעמאָניע

דער אַנטיסעמיטיזם אין די פּױלישע אוניװערסיטעטן צװישן די צװײ װעלט־מלחמות איז אַ ברײטע טעמע, װאָס פֿאָדערט אַ טיפֿע דיסקוסיע. אין דעם אַרטיקל וועלן מיר זיך פֿאַרנעמען מיט בלויז איין אַספּעקט דערפֿון: די געשיכטע מיט די געטאָ־בענק אין וואַרשעווער אוניווערסיטעט.

אין די 1930ער האָבן די נאַציאָנאַליסטישע פּוילישע אָרגאַניזאַציעס Młodzież Wszechpolska און ONR — װאָס זײַנען, אַגבֿ, ביז הײַנט לעגאַל — זיך אונטערגענומען צוויי צילן: ערשטנס, דעם „נומערוס קלאַוזוס‟ — אַז נאָר אַ געװיסער פּראָצענט פֿון די סטודענטן אין אַן אוניווערסיטעט מעגן זײַן ייִדן, און צווייטנס, די געטאָ־בענק: די סעגרעגאַציע פֿון די ייִדישע סטודענטן דורך צווינגען זיי צו זיצן בלויז אויף די בענק באַצייכנט פֿאַר ייִדן.

דער דרוק פֿון די צוויי אָרגאַניזאַציעס האָט דערפֿירט דערצו אַז דעם 5טן אָקטאָבער 1937 האָט מען אויפֿגעשטעלט די ערשטע געטאָ־בענק אינעם װאַרשעװער אוניװערסיטעט. מע האָט אויך אַזוי אײַנגעפֿירט בײַ אַ צאָל אַנדערע אוניװערסיטעטן איבער פּוילן. אין די לעגיטימאַציעס פֿון אַמאָליקע ייִדישע סטודענטן זעט מען טאַקע די ווערטער „אָרט אין אומגראָדע בענק‟. מיט אַנדערע ווערטער, די ייִדישע סטודענטן האָבן ניט געטאָרט אױסקלײַבן די אייגענע פּלעצער. אַ צאָל פֿון זיי האָבן געמוזט שטיין בעת די לעקציעס און דאָס האָט אַרויסגערופֿן פּראָטעסטן בײַ געוויסע פּוילישע פּראָפֿעסאָרן און סטודענטן. כּדי אַרויסצוּװײַזן סאָלידאַריטעט מיט זיי האָבן אַ צאָל פּױלישע סטודענטן זיך אױך אַוועקגעזעצט אויף די „ייִדישע‟ בענק. ס׳רובֿ סטודענטן און פּראָפֿעסאָרן זענען אָבער געװען אַנטיסעמיטיש געשטימט, און אויב ניט בפֿירוש אַנטיסעמיטיש, האָבן זיי פֿאָרט ניט פּראָטעסירט קעגן דער דיסקרימינאַציע. ייִדן און זייערע ניט־ייִדישע סימפּאַטיקער האָט מען אַ מאָל גוט אָנגעשלאָגן אָדער אַפֿילו אַרױסגעװאָרפֿן פֿון פֿענצטער.

אַ לעגיטימאַציע פֿון אַ ייִדישן סטודענט אינעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט. אויף פּויליש שטייט אַז ער טאָר ניט זיצן וווּ ער וויל אינעם קלאַסצימער.
wikipedia
אַ לעגיטימאַציע פֿון אַ ייִדישן סטודענט אינעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט. אויף פּויליש שטייט אַז ער טאָר ניט זיצן וווּ ער וויל אינעם קלאַסצימער.

דעם 5טן אָקטאָבער 2018, פּונקט 81 יאָר זינט דעם טאָג ווען מע האָט אײַנגעפֿירט די געטאָ־בענק אינעם װאַרשעװער אוניװערסיטעט, האָט מען צום ערשטן מאָל אין וואַרשע דורכגעפֿירט אַ צערעמאָניע דערמאָנענדיק יענע דיסקרימינירטע ייִדישע סטודענטן און די ניט־ייִדן וואָס האָבן זיך אָנגענומען זייער קריוודע. די אונטערנעמונג איז געװען אַן איניציאַטיװ פֿונעם „אַנטיפֿאַשיסטישן סטודענטן־קאָמיטעט‟ און דעם „פֿאָרשקרײַז פֿאַרן נײַעם אױטאָריטאַריזם‟. זיי האָבן באַקומען שטיצע פֿון אַ סך אַנדערע אָרגאַניזאַציעס און יחידים, צװישן זײ — דעם „ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט‟. בערך 200 מענטשן זײַנען בײַגעווען די אָפּמערקונג־צערעמאָניע.

אָנגעהױבן האָט זיך די אונטערנעמונג מיט עטלעכע רעדעס און געזאַנג פֿונעם כאָר פֿון דער „מולטיקולטורעלער הומאַניסטישער מיטלשול‟ מיט לידער אױף ייִדיש און פּױליש. אויסרופֿנדיק: „מער קײנמאָל ניט!‟ האָט מען דערקלערט אַז ס׳איז װיכטיק צו דערמאָנען נישט בלויז וואָס ס׳איז דעמאָלט געשען אָבער אױך אונדזער סיטואַציע הײַנט; דאָס וואָס מע האָט דעמאָלט צעטײלט מענטשן פֿאַר „בעסערע‟ און „ערגערע‟, און קאָנפֿאָרמיסטן האָבן ניט רעאַגירט. פֿאַררופֿנדיק זיך אויפֿן ליד געזונגען פֿון כאָר, „ס׳ברענט!‟, האָט ד״ר באָזשענאַ אומינסקאַ־קעף, אַ פֿאָרשערין בײַם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט, דערקלערט: „עס ברענט אָדער עס ברענט ניט? לויט מײַן מײנונג ברענט שוין גענוג.‟

ד״ר מיקאָלײַ ראַטײַטשאַק, פֿון דער פּוילישער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע, האָט באַטאָנט אַז „נומערוס קלאַוזוס‟ איז דער קעגנזאַץ פֿון „אוניװערסיטאַס‟ װײַל אַן אוניווערסיטעט איז געגרינדעט אױף די פּרינציפּן פֿון אַקאַדעמישער געמײנשאַפֿט: יושרדיקע און אָרנטלעכע פֿאָרשונג; דאָס איבערגעבן וויסן; דאָס ערנסט שטודירן און אַן אָפֿענע צוזאַמענאַרבעט. עס איז נישט וויכטיק וואָס ס׳איז אונדזער אָפּשטאַם, רעליגיע, ראַסע, געשלעכט, סעקסועלע אָריענטירונג, פֿיזישע פעיִקײט אָדער אַנדערע שטריכן.

אַ סך מאָל האָט מען דערמאָנט דעם נאָמען, ווי אַן עטישן מוסטער, פֿון פּראָפֿ׳ טאַדעוש קאָטאַרבינסקי — אײנער װאָס האָט ווי אַ רעאַקציע צו די געטאָ־בענק פּרינציפּיעל אָנגעפֿירט זײַנע לעקציעס שטײענדיק, און טאַקע דערפֿאַר האָבן די סטודענטן אים באַגלייט ביז זײַן הויז, צו באַשיצן אים פֿון קלעפּ.

טאַדעוש קאָטאַרבינסקי.
wikipedia
טאַדעוש קאָטאַרבינסקי.

שפּעטער אין היסטאָרישן אינסטיטוט פֿונעם װאַרשעװער אוניװערסיטעט האָט מען געפֿירט אַ קאָנפֿערענץ װעגן אַנטיסעמיטיזם אין פּױלן צװישן די צװײ װעלט־מלחמות. גזשעגאָזש פֿאַלדאַ האָט דערציילט וועגן זײַן זײדן, סטאַניסלאַװ קולטשינסקי, וואָס איז אין די 1930ער געווען דער רעקטאָר פֿונעם לעמבערגער (לוואָוו) אוניווערסיטעט און האָט דווקא דעמיסיאָנירט װײַל ער האָט ניט געװאָלט אײַנפֿירן קיין געטאָ־בענק בײַ זיך אין אוניווערסיטעט.

דער דרוק פֿון די אַנטיסעמיטישע אָרגאַניזאַציעס איז געװען אַזױ שטאַרק אַז די פּראָפֿעסאָרן האָבן פּשוט ניט געקענט אָנפֿירן מיט די לעקציעס. די פּוילישע עקסטרעמיסטן האָבן, למשל, אָרגאַניזירט „טעג אָן ייִדן‟ ווען מע האָט ניט דערלױבט ייִדישע סטודענטן בכלל צו קומען אין אוניװערסיטעט.

דער זאַל אױף דער קאָנפֿערענץ איז געווען געפּאַקט און עס זענען ניט געווען גענוג זיצערטער פֿאַר אַלעמען, זענען אַ טײל געזעסן אױף דער פּאַדלאָגע אָדער אױף די פֿענצטערברעטן.

מע האָט אַרומגערעדט די מעגלעכקייט אַז איבער אַ יאָר זאָל מען זיך ווידער טרעפֿן און אַז מע זאָל שטעלן אַן אָנדענק־טאָוול אין וואַרשעווער אוניווערסיטעט וואָס גיט אָפּ כּבֿוד די באַעוולטע ייִדישע סטודענטן אין די 1930ער. דער רעקטאָר פֿונעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט האָט שוין אָבער געזאָגט אַז ער איז קעגן אַזאַ טאָוול. אױף דער אָפּמערקונג־צערעמאָניע איז ער טאַקע ניט בײַגעווען.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.