פּיטסבורג־שחיטה איז ניט קיין מלוכה־געשטיצטער טעראָריזם

Pittsburgh Shooting Is Not State-Sponsored Terrorism

פֿון ברכה פֿינקעלשטיין

Published October 29, 2018.
Getty Images

נאָך דער שיסערײַ אין דער „עץ־חיים שיל‟ אין פּיטסבורג האָט אַ גוטער פֿרײַנד מײַנער געטענהט, אַז ראָבערט באָוערס, דער אַרעסטאַנט אינעם מאָרד פֿון די עלף ייִדן, איז דירעקט באַװירקט געװאָרן פֿון פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּס „שׁינאהדיקער‟ רעטאָריק בעת זײַן קאַנדידאַטור.

מײַן פֿרײַנד האָט נישט געוואָלט הערן מײַן טענה, אַז באַראַק אָבאַמאַ איז געווען דער פּרעזידענט ווען אַדאַם לאַנזאַ האָט צעשאָסן 20 קינדער אין אַ קינדערגאָרטן אין 2012, און אַז ס׳וואָלט געווען אין גאַנצן אומיושרדיק צו פֿאַרבינדן אָבאַמאַס צוגאַנג צו וואָפֿן־קאָנטראָל — אָדער זײַן צוגאַנג צו וואָס עס זאָל נישט זײַן — מיט לאַנזאַס מערדערישן אַקט. ס׳וואָלט מסתּמא געװען מער אַקוראַט צו באַשולדיקן די אינטערנעץ, און בפֿרט gab.com — די סאָציאַלע נעץ וואָס דערלויבט מענטשן צו שרײַבן וואָס זיי ווילן אין נאָמען פֿון וואָרטפֿרײַהייט און וואָס דינט הײַנט ווי אַ „מקום מיקלט‟ פֿאַר נעאָ־נאַציס און ווײַסע סופּרעמאַסיסטן. די איינציקע זאַכן וואָס מע דאַרף האָבן דאָרט אויסצודריקן אַ מיינונג איז אַ סמאַרטפֿאָן און אַ „ווײַ־פֿײַ‟ פֿאַרבינדונג.

פּינקטלעך וואָס ס׳האָט פֿאַרוואַנדלט באַוערס אין אַ בלוטדאָרשטיקן אַנטיסעמיט איז אַ טעמע פֿאַר קרימינאָלאָגן, סאָציאָלאָגן, פּסיכאָלאָגן און זשורנאַליסטן. מע וועט נאָך לאַנג דעבאַטירן, וואָס פּינקטלעך האָט מאָטיווירט אַ מענטש ווי באַוערס צו באַגיין אַזאַ גרױליקן אַקט — ביז עס װעט זיך ווידער באַווײַזן אַן אַנטיסעמיט אָדער ראַסיסט, באַװאָפֿנט מיט אַ רוקזאַק פֿול מיט פּיסטוילן און אויטאָמאַטישע מאַשינביקסן.

איין זאַך איז קלאָר נאָך באַוערס שחיטה: דער חסד װאָס די אַמעריקאַנער אינסטיטוציעס אין פּיטסבורג האָבן דאָ אַרױסגעװיזן.

די מעדיאַ־באַריכטן האָבן פּרטימדיק באַשריבן דעם בליץ־גיכן אָפּרוף פֿון דער פּיטסבורגער פּאָליציי, פֿונעם אַמעריקאַנער גענעראַל־פּראָקוראָר, דעם פּיטסבורגער צווײַג פֿון דער „עף־בי־אײַ‟, די SWAT-כּוחות, דעם בירגער־מײַסטער און דעם גובערנאַטאָר — וואָס נישט קיין איינער פֿון זיי איז אַ ייִד. פֿאַרגלײַכט די ייִדן אין פּיטסבורג, למשל, מיט די ייִדישע אײַנוווינער אינעם תּחום־המושבֿ — אַ ריזיקער געטאָ וווּ די קיניגין יעקאַטערינע דער צווייטער האָט אין 1772 פֿאַרשפּאַרט אַלע ייִדן, אַ גזירה וואָס אַלע צאַרן נאָך יעקאַטערינע האָבן אָנגעהאַלטן ביז 1917. די אייראָפּעיִשע ייִדן האָבן זעלטן זיך געקענט פֿאַרלאָזן אויף די גוייִשע אינסטיטוציעס כּדי זיי צו באַשיצן; שוין אָפּגערעדט — דער מצבֿ פֿאַר ייִדן אונטער היטלערן.

יענע מנוּוולדיקע אַליינגייער וואָס צעשיסן 97־יאָריקע פֿרויען, אומבאַוואָפֿנטע סיקכן (Sikhs), אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אָדער באַפּטיסטן אין טעקסאַס וואָס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט כּדי תּפֿילה צו טאָן, קענען נישט אויפֿהעצן די אַמעריקאַנער מאַסן זיך אָנצושליסן אין זייערע שׁינאה־קאַמפּאַניעס.

הגם ס׳איז קלאָר אַז אונדזער פּרעזידענט ניצט אויס געשעענישן ווי די פּיטסבורגער שיל־שיסערײַ צו אַטאַקירן די מעדיאַ, די דעמאָקראַטן און וואָפֿן־קאָנטראָל (כּמעט ווי אַ מין „באַרימערײַ‟), איז ער פֿאָרט נישט מסוגל צו שאַפֿן אַ מחנה אַנטיסעמיטן וואָס זאָלן אונדז „דרויסנדיקע‟ אונטערדריקן. דער טרויעריקער אמת איז אַז די אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן װאָס העצן עד־היום אָן אונדזערע שׂונאים זענען באַווירקט געוואָרן פֿון אַ לאַנגער ריי קולטורעלע כּוחות במשך פֿון דער מאָדערנער געשיכטע. צווישן זיי: די רוסישע פֿאַלסיפֿיקאַטאָרן פֿון „די פּראָטאָקאָלן פֿון זקני־ציון‟; די אַמעריקאַנער אינדוסטריאַליסטן הענרי פֿאָרד, טאָמאַס דזשיי וואַטסאָן פֿון „אײַ־בי־עם‟ און דזשיימס ד. מוני פֿון „דזשענעראַל מאָטאָרס‟; די אַמעריקאַנער געזעץ־באַשטימער אַלען און דזשאַן פֿאָסטער דאָלעס און אַפֿילו עטלעכע פֿון מײַנע באַליבטע שרײַבער: דאַניעל דעפֿאָ, קנוט האַמסאָן, פּ. ג. וואָדהאַוס, דאָסטאָיעווסקי, וואָלטער און שייקספּיר.

ווי גראָבקעפּיק פּרעזידענט טראָמפּ זאָל נישט זײַן לגבי דער אימיגראַציע, דעם האַנדל–באַלאַנס, דער נאַציאָנאַלער זיכערקײט און סעקסועלער באַלעסטיקונג, גיט ער נישט קיין סימן פֿון זײַן אַן עכטער אַנטיסעמיט. פֿאַקטיש האָט ער דווקא נאָכגעגעבן די ייִדישע וויילער דורכן שטיצן דאָס איבערציִען די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע פֿון תּל־אָבֿיבֿ קיין ירושלים. אויב בײַ אַנדערע זעט דאָס אויס ווי אַנטיסעמיטיזם, אפֿשר זאָל מען מיר מאַכן טעסטן אויף די אויגן.

דער עיקר וואָס מע דאַרף דאָ געדענקען איז אַז בײַ אַמעריקעס ראַטירער, בײַ די רעגירונג־באַאַמטע און בײַ די סתּם בירגער רופֿן אַזוינע „ראָבערט באַוערסן‟ אַרויס אַ טיפֿן עקל. פֿאַר די אַלע לײַט וואָס זענען מיט מסירת־נפֿש געלאָפֿן ראַטעווען די באַפֿאַלענע אין פּיטסבורג, וויל איך זאָגן פֿון טיפֿן האַרצן: איר זענט טאַקע די מענטשן וואָס פֿאַרזיכערן אַמעריקע ווי אַן אױסערגעװיינטלעך לאַנד יעדן טאָג פֿון יאָר. אַ דאַנק אײַך פֿאַרן חסד װאָס איר טוט װי אַ נאַרמאַלער טייל פֿון אײַער אַרבעטסטאָג. אפֿשר באַזינגט מען זעלטן אײַערע מעשׂים אָבער זײַט וויסן אַז מיר — סײַ ייִדן סײַ נישט־ייִדן — באַטראַכטן אײַך מיט אַ טיפֿן ייִראת־הכּבֿוד.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.