מגילות־ים־המלח: סקאַנדאַלן און חידושים

Dead Sea Scrolls: Scandals And Revelations

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 30, 2018.
אַן עכטער אַראַמישער פֿראַגמענט פֿון מגילות־ים־המלח (רעכטס), אין פֿאַרגלײַך מיט אַ פֿאַלשן.
Yoel Matveyev/Forverts Montage
אַן עכטער אַראַמישער פֿראַגמענט פֿון מגילות־ים־המלח (רעכטס), אין פֿאַרגלײַך מיט אַ פֿאַלשן.

צוליב אַן אומגעריכטער סיבה, האָט זיך איצט אין דער וועלט דערוועקט אַ כוואַליע אינטערעס צו די באַרימטע מגילות־ים־המלח. דעם 22סטן אָקטאָבער האָט דער וואַשינגטאָנער „מוזיי פֿון דער ביבל‟ באַשטעטיקט, אַז 5 פֿון די 16 מגילות־פֿראַגמענטן, וואָס געפֿינען זיך אין זײַן קאָלעקציע, זענען אפֿשר פֿאַלסיפֿיקאַטן.

אַן אומאָפּהענגיקער אַנאַליז פֿון דײַטשישע מומחים האָט געוויזן, אַז די דאָקומענטן „קומען אין סתּירה מיט דער השערה וועגן זייער אוראַלטן קוואַל‟. פּשוט גערעדט, זענען זיי געפֿעלשט, און דערצו אויף אַ גרעבלעכן אופֿן. אין איין פֿאַל האָבן די פֿאַרברעכער געמאַכט אַן אויסטערלישן טעות, ווײַל זיי האָבן נישט ריכטיק פֿאַרשטאַנען די ווערטער בײַם קאָפּירן אַ הײַנטצײַטיקע תּנ״ך־אויסגאַבע.

ווען דער מוזיי האָט זיך געעפֿנט מיט אַ יאָר צוריק אין דער הויפּשטאָט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָבן די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאָרשער גלײַך באַמערקט, אַז עפּעס איז נישט גלאַטיק מיט די עקספּאָנאַטן. צו ערשט, האָבן די אייגנטימער נישט דערלויבט אומאָפּהענגיקע מומחים אַנאַליזירן די ספֿקדיקע פֿראַגמענטן.

סטיוו גרין, דער מוזיי־דירעקטאָר, פֿירט אויך אָן מיט דער עוואַנגעליש־קריסטלעכער קראָמען־נעץ „האָבי לאָבי‟, וועלכע איז באַשולדיקט געוואָרן מיט עטלעכע יאָר צוריק אין אַ גרויסמאַסשטאַביקן שמוגלערײַ־סקאַנדאַל. אינעם פּעריאָד פֿון 2009 ביז 2015 האָט די פֿירמע אײַנגעקויפֿט, כּלומרשט, פֿריִער אומבאַקאַנטע אוראַלטע ייִדישע פּאַרמעטן פֿון די קומראַנער היילן לעבן דעם ים־המלח. איצט פּלאַנירט מען צו אַנאַליזירן זיי אַלע; בלויז דרײַ פֿראַגמענטן בלײַבן דערווײַל אויסגעשטעלט. די מעשׂה האָט אַרויסגערופֿן ספֿקות מכּוח דער גאַנצער מוזיי־קאָלעקציע: ווער ווייסט וויפֿל אַנדערע געפֿעלשטע „אַנטיקן‟ זענען אַהין אַרײַנגעפֿאַלן דורך ספֿקדיקע קוואַלן?

בײַ די פֿאָרשער פֿון תּנ״ך און דער געשיכטע פֿון רעליגיעזע באַוועגונגען אינעם אוראַלטן ארץ־ישׂראל — ייִדישע און קריסטלעכע — בלײַבן די עכטע מגילות־ים־המלח אַן אוצר פֿון חידושים און השערות ממש אָן אַ שאַץ. די עיקר־קאָלעקציע געפֿינט זיך אין ירושלים; אַ וויכטיקער טייל — אין אַמאַן, יאָרדאַניע. אַ דאַנק די מאָדערנע קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס, זענען די אמתע מגילות צוטריטלעך אין אַן עלעקטראָנישער פֿאָרעם אויף דער אינטערנעץ. ווייניק מענטשן טראַכטן זיך אָבער אַרײַן, אַז פֿונעם לינגוויסטישן קוקווינקל קאָן מען זאָגן, אַז די סאַמע אינטערעסאַנטע טעקסטן פֿונעם ים־המלח זענען אָנגעשריבן נישט אויף לשון־קודש, נאָר אויף אַראַמיש — 12־13 פּראָצענט פֿונעם גאַנצן געזאַמלטן קאָרפּוס.

אין דער תּקופֿה, ווען די מגילות־ים־המלח זענען פֿאַרשריבן געוואָרן, מיט 2,200־1,900 יאָר צוריק, האָבן ייִדן גערעדט אויף אַראַמיש. לשון־קודש איז דעמאָלט שוין געוואָרן בײַ זיי אַ שריפֿטלעכע ליטעראַרישע שפּראַך — אַזוי ווי לאַטײַן פֿאַר די מיטל־עלטערלעכע מערבֿ־אייראָפּעער. אין די היילן בײַם ברעג פֿון ים־המלח האָט מען אָבער אויך אַנטדעקט אַ גאַנצע ריי חידושדיקע כּתבֿים אויף עטלעכע אַראַמישע דיאַלעקטן.

אין די 1980ער יאָרן האָט ד״ר דוד כּ״ץ באַטאָנט, אַז ייִדיש איז אַן אוניקאַלער נאַטירלעכער רינג אין דער לאַנגער קייט פֿון ייִדישע שפּראַכן, וואָס הייבט זיך אָן מיט לשון־קודש און לשון־תּרגום. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע ייִדישע שפּראַכן און דיאַלעקטן, שפּירט זיך אין ייִדיש דווקא אַן אומגעוויינטלעך שטאַרקע השפּעה פֿון אַראַמיש. די ווערטער „דווקא‟ און „אַגבֿ‟, למשל, שטאַמען פֿון ייִדיש־אַראַמישע דיאַלעקטן. ווי אַזוי די אַראַמיש־רעדנדיקע ייִדן פֿון מיטל־מיזרח האָבן משפּיע געווען אויף די אַמאָליקע אַשכּנזים בלײַבט אָבער אַ קשיא.

אינעם אָקטאָבער־נומער פֿונעם „זשורנאַל פֿאַר ביבלישער אַרכעאָלאָגיע‟ איז דערשינען אַן אינטערעסאַנטער אַרטיקל פֿון ד״ר ענדרו פּערין. דער מחבר דערקלערט, אַז די אַראַמישע מגילות פֿון ים־המלח — די טעמע פֿון זײַן דאָקטאָראַט — אַנטפּלעקן פֿאַר אונדז אַ גאַנצע „פֿאַרלוירענע וועלט‟. צי האָבן זיי טאַקע אַ שײַכות צו ייִדיש־שטודיעס?

אין אַ שמועס מיטן פֿאָרווערטס, האָט ד״ר פּערין באַטאָנט, אַז די אַראַמיש־ייִדישע טעקסטן זענען נישט פּלוצעם אויפֿגעקומען אין אַ וואַקוּוּם. זיי רעפּרעזענטירן די יענצײַטיקע לעבעדיקע ייִדישע קולטור, פֿון וועלכער עס שטאַמען די פֿריִיִקסטע טראַדיציעס פֿון תּנ״ך־פּירושים. דערצו, העלפֿן זיי צו פֿאַרשטיין די קולטורעלע סבֿיבֿה פֿון ארץ־ישׂראלדיקע ייִדן אין יענער תּקופֿה.

צום בײַשפּיל, דער פֿאָרשער דערמאָנט אין זײַן אַרטיקל די פֿראַגמענטן פֿון „חזות עמרם‟ — וויזיעס פֿון משה רבינוס טאַטן. לאָמיר אַ קוק געבן אינעם דאָזיקן תּרגומישן טעקסט.

ווען עמרמס טאָכטער מרים איז געווען דרײַסיק יאָר אַלט, האָט ער זי חתונה געמאַכט פֿאַר זײַן ייִנגערן ברודער עוזיאל; די שׂימחה האָט געדויערט זיבן טעג. אויפֿן סמך פֿון דער דאָזיקער מעשׂה קאָנען מיר מאַכן דעם אויספֿיר, אַז מיט צוויי טויזנט יאָר צוריק פֿלעגן ייִדישע מיידלעך חתונה האָבן לאַוו־דווקא בײַ 14־18 יאָר, ווי דער שטייגער איז געווען אין די אַשכּנזישע קהילות; דער מינהג צו פּראַווען „שבֿע ברכות‟ אַ גאַנצע וואָך איז שוין געווען באַקאַנט; חתונה צו האָבן מיט אַן אייגענער פּלימעניצע, להיפּוך צו די אַשכּנזישע תּקנות פֿון רבי יהודה החסיד, האָט מען דעמאָלט באַטראַכט פֿאַר אַ מיצווה.

זיכער איז די שפּראַך פֿון אַראַמישע מגילות־ים־המלח אויך זייער באַלערנדיק. אַ טייל פֿון די אומצאָליקע תּרגומישע ווערטער און אויסדרוקן, וואָס בלײַבן לעבעדיק אינעם מויל פֿונעם הײַנטיקן ייִדיש־רעדער, קאָנען זיכער שטאַמען דירעקט פֿון די גערעדטע דיאַלעקטן, וואָס זענען געווען בײַ ייִדן אין גאַנג מיט 2,000 יאָר צוריק. כּל־זמן די שווינדלער און פֿעלשער שטערן נישט די ערנסטע שטודיעס, קאָנען מיר גאָר אַ סך אָפּלערנען פֿון יענעם „אוראַלטן ייִדיש‟.