אינטערנעץ־סעמינאַר וועגן ייִדישע שרײַבערינס

Online Seminar About Yiddish Women Writers

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 31, 2018.
קאַדיע מאָלאָדאָווסקי און ד׳׳ר חנה נאָריך
University of Michigan/Wikimedia/Forverts Montage
קאַדיע מאָלאָדאָווסקי און ד׳׳ר חנה נאָריך

שוין אַ טוץ יאָר אָרגאַניזירט דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ אינטענסיווע סעמינאַרן, אויף וועלכע מע פֿאַרבעט אַ מומחה פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, געשיכטע, אָדער שפּראַך, צו לערנען דעם ברייטן עולם וועגן אַ טעמע וואָס איז אים אָדער זי נאָענט צום האַרצן. כאָטש די סעמינאַרן, וואָס קומען פֿאָר במשך פֿון אַ סוף־וואָך, ציִען צו אַ סך מענטשן וואָס ווילן הערן די רעפֿעראַטן, קען ניט יעדער איינער, פֿאַרשטייט זיך, פֿאָרן אויף אַ פּאָר טעג קיין מאַסאַטשוסעטס.

פֿאַר די וואָס קענען זיך ניט דערלויבן צו פֿאָרן אַהין, ווי אויך פֿאַר די וואָס ווילן אפֿשר זען די רעפֿעראַטן אין דער צוקונפֿט, פֿילמירט דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ די רעפֿעראַטן. במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר שטעלט מען אַרויף אָט די ווידעאָס באַגלייט מיט מאַטעריאַלן פֿאַרבונדן מיט דער טעמע. אַזוי אַרום האָט מען געשאַפֿן 10 אינטערנעץ־קורסן.

לעצטנס האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט אַ סעריע פֿון פֿיר רעפֿעראַטן פֿון ד׳׳ר חנה נאָריך וועגן ייִדישע שרײַבערינס, וווּ זי באַטראַכט די ווערק פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, אַנאַ מאַרגאָלין, ציליע דראָפּקין און בלומע לעמפּל און דערקלערט ווי אַזוי זיי האָבן געשאַפֿן פֿאַר זיך אַן אייגענעם שטח אין דער ייִדישער ליטעראַטור. דעם סעמינאַר, וואָס באַשטייט פֿון פֿיר רעפֿעראַטן (בסך־הכּל 325 מינוט) קען מען באַשטעלן דאָ פֿאַר $36.

אַחוץ ד׳׳ר נאָריכס קורס וועגן ייִדישע שרײַבערינס קען מען זען אַנדערע קורסן: ד׳׳ר שמואל קאַסאָוו: „ווילנע און וואַרשע‟, ד׳׳ר אילאַן סטאַוואַנס: ייִדן פֿון לאַטײַן־אַמעריקע; ד׳׳ר דזשערעמי דאַובער: שלום־עליכם; ד׳׳ר דוד שניר: סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער; ד׳׳ר דעווין נאַער: די דזשודעזמע־רעדנדיקע וועלט; ד׳׳ר רות ווײַס און ד׳׳ר דזשאָסטין קאַמי: י. ל. פּרץ; ד׳׳ר דבֿורה קאַפּלאַן: די ייִדישע טעאַטער, און ד׳׳ר גאַבריעלאַ סאַפֿראַן: ש. אַנ־סקי.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.