די מאָלערישע טראַדיציע אין די בוקאָװינער שילן

The Painting Tradition in the Synagogues of Bukovina


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published November 02, 2018.
אַ מוסטער פֿון אַ שיל־מאָלערײַ אין דער בוקאָווינע.
אַ מוסטער פֿון אַ שיל־מאָלערײַ אין דער בוקאָווינע.

צומאָל הערט מען אַ דעה, אַז ייִדן האָבן היסטאָריש ניט געהאַט קײן טראַדיציע פֿון מאָלערישער קונסט װײַל די תּורה פֿאַרװערט װאָסער ניט איז אימאַזשן׃ “לא תּעשׂה לך פּסל וכל תּמונה”, דו זאָלסט זיך ניט מאַכן קײן סקולפּטור און קײן בילד. 

אין דער אמתן זײַנען אין מיזרח־אײראָפּע געװען צענדליקער, אױב ניט הונדערטער, שילן מיט מאָלערישע דעקאָראַציעס. צום באַדױערן זײַנען כּמעט אַלע חרובֿ געװאָרן בעתן חורבן. אין דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט מען גענוצט געבליבענע געבײַדעס פֿון אַמאָלאָקע שילן צוליב אַנדערע צװעקן, און אָפֿט מאָל האָט מען צעשטערט די װאַנט־מאָלערײַ. אַזױ אַרום זײַנען פֿאַרבליבן בלױז געצײלטע מוסטערן פֿון שיל־מאָלערײַ, און מיר האָבן קנאַפּע קענטענישן װעגן זײערע קינסטלער.

אװדאי איז די ייִדישע שיל־מאָלערײַ ניט אַזױ רײַך װי להבֿדיל די מאָלערײַ אין קריסטלעכע קלױסטערס. מען קען טאַקע ניט געפֿינען אין שילן קײן סטאַטועס, אָבער לגבי מאָלערישע אימאַזשן זײַנען ייִדן געװען מער בײגעװדיק. טראַדיציאָנעלע ייִדישע קינסטלער האָבן ניט געמאַכט קײן פּאָרטרעטן פֿון מענטשלעכע פּנימער, אָבער מען געפֿינט אין שילן בילדער פֿון מענטשלעכע גופֿים, הענט און פֿיס. אימאַזשן פֿון חיות, געװיקסן, געבײַדעס און לאַנדשאַפֿטן זײַנען אין גאַנצן ניט געװען פּסול.

די אַמאָליקע עסטרײַכישע פּראָװינץ בוקאָװינע, װאָס איז הײַנט צו טאָג צעטײלט צװישן אוקראַיִנע און רומעניע, האָט אַ מאָל פֿאַרמאָגט אַ רײַכע קינסטלערישע טראַדיציע פֿון שיל־מאָלערײַ. עד־היום האָבן זיך דאָ אָפּגעהיט בלױז אַכט שיל־געבײַדעס מיט מאָלערישע דעקאָראַציעס. װעגן זײ דערצײלט דער קאַטאַלאָג פֿון דער פֿאָטאָגראַפֿישער אױסשטעלונג, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין טשערנאָװיץ אין 2016. ייִדן האָבן געלעבט אין בוקאָװינע זינט מיטל־עלטער, אָבער די בלי־תּקופֿה פֿונעם בוקאָװינער ייִדנטום איז געװען אינעם לעצטן האַלב־יאָרהונדערט פֿון דער עסטרײַכישער שליטה, צװישן די 1860ער יאָרן און דעם אױסבראָך פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה אין 1914. אין יענע יאָרן האָט מען אױפֿגעבױט די גרױסע שילן אין טשערנאָװיץ, שאָץ (אױף רומעניש סוטשיאַװאַ), ראַדעװיץ און אַנדערע שטעט. 

די בילדערישע מאָטיװן און טעמעס חזרן זיך איבער פֿון אײן שיל צו דער אַנדערער, אָבער סטיליסטיש זײַנען זײ פֿאַרשידן. דאָ זעט מען אילוסטראַציעס פֿונעם חומש, פֿון מעשׂה־בראשית ביז צו די מעשׂים פֿון אַבֿותינו אבֿרהם, יצחק און יעקבֿ. פּאָפּולער זײַנען אױך געװען די בילדער פֿון מזלות און כּליזמר, װאָס האָבן אַ שײַכות מיט תּהילים. חוץ דעם האָבן די ייִדישע קינסטלער ליב געהאַט צו מאָלן אידילישע לאַנדשאַפֿטן פֿון ארץ־ישׂראל מיט קבֿר־רחל, מערת־המכפּלה און אװדאי דער כּותל־המערבֿי. אין דער שטאָט נאָװעסעליץ האָט מען באַפּוצט די אַלטע לאַנדשאַפֿט פֿון ארץ־ישׂראל מיט אַ בלױ־װײַסער ציוניסטישער פֿאָן.

דער אינטעריִער פֿון דער נאָװעסעליצער שיל האָט זיך אָפּגעהיט אין אַ גוטן צושטאַנד ניט געקוקט אױף דעם, װאָס די געבײַדע געפֿינט זיך אין  אַ הפֿקר־צושטאַנד. די דאָזיקע שיל איז אַ יוצא־דופֿן פֿונעם קינסטלערישן שטאַנדפּונקט, האַלטן די מחברים פֿונעם קאַטאַלאָג׃ “דער דעקאָראַטיװער רײַכטום און דער טעמאַטישער רעפּערטואַר האָבן ניט קײן פּאַראַלעל אין מיזרח־אײראָפּע”. דער קינסטלער האָט דאָ ניט סתּם אילוסטרירט געװיסע מאָטיװן פֿונעם תּנ”ך, נאָר אױך באַזאָרגט זײ מיט בילדערישע אױסטײַטשונגען אױפֿן סמך פֿון רבנישע פּירושים, בפֿרט רש”י. אײניקע אױסטײַטשונגען זײַנע זײַנען גאַנץ מאָדערן, אינעם גײַסט פֿון ציוניזם. 

דער נאָװעסעליצער קינסטלער באַלעבט דאָס אידעאַליזירטע בילד פֿון ארץ־יִשׂראל מיט עלעמענטן פֿון דער אַרומיקער לאַנדשאַפֿט. למשל, אינעם בילד פֿון יריחו האָט ער גענומען פֿאַרן מוסטער די אַלטע פֿעסטונג אין דער שטאָט כעטין.  װי אַ סימן פֿונעם שבֿט ישׂשׂכר האָט ער געמאָלט אַן אײזל מיט אַ װאָגן פֿול מיט ביכער, װאָס דערמאָנט אָן מענדעלע מוכר־ספֿרימס װאָגן. אין דער שאָצער שול האָט דער זעלבער שבֿט ישׂשׂכר באַקומען גאָר אַן אַנדערן טײַטש. אַנשטאָט דעם שטעטלדיקן אײזל האָט מען געמאָלט אַ גרױסן עקזאָטישן קעמל אין מדבר, אַן אָנװײַז אױף דער ציוניסטישער קאָלאָניזאַציע פֿון ארץ־ישׂראל.

די מאָלערײַ פֿון דער נאָװעסעליצער שיל האָט משפּיע געװען אױף דעם קינסטלער, װעלכער האָט באַפּוצט דעם “בית תּפֿילה בנימין”, די אײנציקע שיל װאָס איז געװען אָפֿן אין טשערנאָװיץ אין משך פֿון דער גאַנצער סאָװעטישער תּקופֿה. אָבער די בילדער דאָ זײַנען גאַנץ פּשוט און פֿאַרמאָגן ניט די סימבאָלישע טיפֿקײט פֿון דער נאָװעסעליצער שיל. אַ סבֿרה, דער טשערנאָװיצער קינסטלער האָט ניט משׂיג געװען די קאָמפּאָזיציאָנעלע קאָנצעפּציע פֿון דעם נאָװעסעליצער מוסטער. די מאָלערישע דעקאָראַציעס פֿון צװײ אַנדערע טשערנאָװיצער שילן, דער “גרױסער שיל” און “חבֿרה תּהילים”, האָבן זיך אָפּגעהיט אין אַן ערגערן צושטאַנד, אָבער דאָ לאָזט זיך אױך דערקענען אַ שעפֿערישן דיאַלאָג מיט דער שיל אין נאָװעסעליץ. 

ייִדישע קינסטלער זײַנען פֿאַרבליבן שעפֿעריש אַקטיװ אין בוקאָװינע ביזן סאַמע אױסבראָך פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה. זײ האָבן ממשיך געװען די אַלטע טראַדיציע פֿון שיל־מאָלערײַ, און דערבײַ האָבן זײַ אַרײַנגעבראַכט דערין מאָדערנע טעמעס און מאָטיװן, װאָס זײַנען מסתּמא געװען צום האַרצן די באָקאָװינער ייִדן.  




Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.