דער סאַברע וואָס האָט ממש געפֿאָדערט נײַע ווערק אויף ייִדיש

The Sabra That Urged Us To Create New Yiddish Literature

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published November 02, 2018.
קאָבי פֿירט אַ וואַרשטאַט פֿון ייִדישן קינדער־טעאַטער אין וואַרשע, 2011
Marcin Kozlinski
קאָבי פֿירט אַ וואַרשטאַט פֿון ייִדישן קינדער־טעאַטער אין וואַרשע, 2011

זינט אונדזער וואַרשעווער קאָרעספּאָנדענט, קאָבי ווײַצנער, איז דעם 20סטן סעפּטעמבער פּלוצלינג אַוועק פֿון דער וועלט, האָבן אַ ריי פֿאָרווערטס־לייענער און ייִדישע קולטור־טוער אויסגעדריקט זייער דערשיטערונג און טרויער וואָס אַזאַ לעבעדיקע פֿיגור אין דער ייִדיש־וועלט — און אַ יונגערמאַן דערצו, בלויז 67 יאָר אַלט — איז מער נישטאָ.

קאָבי האָט נישט בלויז טראַנסמיטירט ראַדיאָ־באַריכטן און געשריבן ידיעות וועגן ייִדישן לעבן אין וואַרשע, נאָר האָט נאָענט מיטגעאַרבעט מיטן נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער אין וואַרשע, געלערנט ייִדיש־קלאַסן, געשאַפֿן אַ ייִדישן קינדער־טעאַטער און לעצטנס אַרויסגעגעבן עטלעכע ייִדישע אַנימאַציע־פֿילמען.

ער איז אויך געווען אַ יחיד בימינו: פֿון איין זײַט — אַ סאַבראַ, אויפֿגעהאָדעוועט אין תּל־אָבֿיבֿ, געדינט אין צה״ל בעת דער ערשטער מלחמה מיט לבֿנון, שטאָלצירט מיט דער ישׂראלדיקער געשיכטע און כּסדר מיטגעהאַלטן מיט די לעצטע נײַעס פֿון ישׂראל; אָבער פֿון דער צווייטער זײַט — שטאַרק ליב געהאַט די ייִדישע שפּראַך און קולטור און זיך נאָענט אידענטיפֿיצירט מיטן „גלות־ייִד‟. עס זענען דאָ אַנדערע ישׂראלים וואָס קענען ייִדיש פֿון די קינדעריאָרן אָבער ער איז געגאַנגען אַ טראָט ווײַטער: טאַקע שטודירט די ייִדישע שפּראַך, זיך אויסגעלערנט די גראַמאַטישע תּקנות און אינטאָנאַציע (נישט קיין קלייניקייט, אַפֿילו בײַ נאַטירלעכע ייִדיש־רעדער) און אַפֿילו געשריבן זײַנע אייגענע דראַמעס אויף ייִדיש.

קאָבי איז געווען ווי אַ שוואָם. רעדנדיק מיט עלטערע ייִדן אָדער לייענענדיק ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור האָט ער אײַנגעזאַפּט די ייִדישע און לשון־קודשדיקע אויסדרוקן און זיי אײַנגעגלידערט אין זײַן אייגענעם לשון — אָפֿט מאָל באַגלייט מיט הומאָר און אַ קאָפּיטשקע סאַרקאַזם. אַ מאָל האָט זיך מיר שיִער נישט געדאַכט אַז איך שמועס מיט אַן עלטערן ייִד פֿון פֿאַר־מלחמהדיקן פּוילן. נישט קיין חידוש וואָס, נאָכן באַקענען זיך מיט אַלאַ קראָל, אַ וואַרשעווער סטודענטקע פֿון ייִדיש, האָט ער מיט איר חתונה געהאַט און זיך טאַקע באַזעצט אין פּוילן.

איך האָב אויך באַוווּנדערט זײַן ייִדישן וויסן בכלל: נישט נאָר האָט ער געקענט גוט ייִדיש, עבֿרית און לשון־קודש אָבער אויך די פּרטים פֿון דער ייִדישער געשיכטע — פֿון די תּנ״כיש צײַטן, פֿון אונדזער 1000־יאָריקער אייראָפּעיִשער געשיכטע און, אַוודאי, פֿונעם נסימדיקן דרך צו שאַפֿן אַ ייִדישע מדינה.

אָבער כאָטש ער האָט גענאַשט פֿונעם ייִדישן עבֿר און זיך באַטייליקט אין די אָפֿטע הזכּרה־צערעמאָניעס אין וואַרשע, האָט ער קריטיקירט די ייִדישע קולטור־טוער — נישט בלויז אין וואַרשע, נאָר אומעטום — פֿאַר נישט טאָן גענוג צו שאַפֿן אַ צוקונפֿט פֿאַר ייִדיש. ער האָט געפּריידיקט אַז מע טאָר נישט בלויז באַוויינען דעם רײַכן ייִדישן עבֿר און כּסדר איבערלייענען די ווערק פֿון די פֿאַר־מלחמהדיקע שרײַבער, נאָר אויך ממשיך זײַן די ייִדישע קולטור, אַנטוויקלען זי און שאַפֿן נײַע ליטעראַרישע ווערק.

ספּעציעל האָט ער באַדויערט וואָס די הײַנטיקע דראַמעס און ספּעקטאַקלען אויף דער ייִדישער בינע זענען בלויז איבערזעצונגען פֿון אַנדערע שפּראַכן. „אַפֿילו אַ ספּעקטאַקל באַזירט אויף ייִדישע מקורים קומט צום איצטיקן ייִדישן טעאַטער פֿון דער ענגלישער, פּוילישער אָדער העברעיִשער בינע,‟ האָט קאָבי געשריבן פֿאַראַיאָרן. „פֿאַר וואָס? ווײַל אין די לעצטע זיבעציק יאָר האָט דער ייִדישער טעאַטער, אויף ביידע זײַטן ים, נישט געשאַפֿן קיין אייגענעם רעפּערטואַר. די סיבה: אינעם ייִדישן טעאַטער זענען ייִדיש–שפּראַכיקע דראַמאַטורגן מיט בלאָטע גלײַך. אין אונדזער טעאַטער־וועלטעלע זענען דראַמאַטורגן דאָס ׳אונטערשטע פֿון שטײסל׳. פֿון דעסט וועגן, קענען זיי — און נאָר זיי — שאַפֿן אַ נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר. הלוואַי, כּן יהי רצון.‟

קאָבי האַלט אַ לעקציע „אַלף־בית פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור‟ בײַם יצחק באַשעוויס־זינגער־פֿעסטיוואַל, 2018
Jamusz Paliwoda
קאָבי האַלט אַ לעקציע „אַלף־בית פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור‟ בײַם יצחק באַשעוויס־זינגער־פֿעסטיוואַל, 2018

ס׳איז אים אויך געגאַנגען אין לעבן אַז מע זאָל אײַנפֿירן די ייִדישע שפּראַך ווי אַ טייל פֿונעם קוריקולום אין דער אָרטיקער ייִדישער טאָגשול, כּדי זײַנע דרײַ קינדער זאָלן זיך קענען לערנען מאַמע־לשון. (ער האָט אַליין געפּרוּווט רעדן ייִדיש מיט זיי אָבער וווינענדיק אין אַ שטאָט אָן קיין אַנדערע ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות, איז עס אים נישט געלונגען.) דעם פֿאַרגאַנגענעם מאַרץ, למשל, בשעת די ייִדישע קהל־פֿירער האָבן געהאַלטן אין איין האַלטן רעדעס און אַרויסשיקן דעקלאַראַציעס קעגן דעם וואַקסנדיקן נאַציאָנאַליזם אין דער פּוילישער רעגירונג, האָט קאָבי פּראָסט־און־פּשוט דערקלערט:

„גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד, אָבער מיר וואָלט געווען בעסער ווען אונדזערע קהלשע פּני וואָלטן מער געטאָן און ווייניקער גערעדט. ביז 1968 האָט מען אין פּוילן געלערנט ייִדישע קינדער ייִדיש אין אַ פּוילישער מלוכישער שול. אמת, מען האָט זיי געלערנט לידער וועגן חבֿר לענין, אָבער אויך די שיינע גראַמען פֿון יצחק לייבוש פּרצן. וואָס בין איך דאָ אויסן? אפֿשר חוץ די רעדעס און דעקלאַראַציעס וואָלט געווען אַ געדאַנק צו פֿאָדערן און באַקומען אַ מלוכישע ייִדישע שול אין פּוילן. זײַט וויסן אַז ייִדיש איז אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך אין פּוילן און במילא האָבן אונדזערע קינדער דאָס רעכט זי צו לערנען.‟

קאָביס רוף צו באַטראַכטן די ייִדישע שפּראַך און קולטור נישט בלויז ווי אַ קוואַל פֿון נאָסטאַלגיע און בענקשאַפֿט, נאָר ווי אַ הײַנטצײַטיק שפּרודלדיק לשון פֿאַר אונדזערע קינדער און קינדסקינדער דאַרף דינען ווי אַ וועקסיגנאַל פֿאַר אונדז אַלעמען. אָדער ווי ער האָט אַליין געזאָגט: „אפֿשר אַנשטאָט צו פֿירן דעבאַטעס וואָלט מען געטאָן עפּעס קאָנקרעטס פֿאַרן יונגן דור?‟



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.