קאָנפֿערענץ וועגן ייִדישן אַנאַרכיזם אין ייִוואָ

Conference on Yiddish Anarchism at YIVO

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 08, 2018.
עמאַ גאָלדמאַן
Getty Images/Forverts Montage
עמאַ גאָלדמאַן

דער ייִדישער אַנאַרכיזם איז הײַנט אַ שטיקל רעטעניש פֿאַר די היסטאָריקער.

פֿון איין זײַט איז ער געווען אַ מאַסן־באַוועגונג, מיט באַרימטע אָנפֿירער ווי עמאַ גאָלדמאַן, רודאָלף ראָקער און אַלכּסנדר בערקמאַן, וואָס האָבן געהאַט אַ שטאַרקער ווירקונג אויף דער ברייטער ייִדישער גאַס. דערצו האָט די באַוועגונג געשאַפֿן מעכטיקע אַרבעטער־פֿאַראיינען און צײַטונגען, וואָס זענען געווען אַ ווינקלשטיין פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור.

פֿון דער אַנדערער זײַט בלײַבט פֿון דעם אַמאָליקן ייִדישן אַנאַרכיזם כּמעט ניט קיין שפּור. להיפּוך צום בונדיזם אָדער קאָמוניזם, דיסקוטירט מען אים זייער זעלטן אַפֿילו אין דער אַקאַדעמישער וועלט, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז די באַוועגונג זאָל האָבן הײַנטיקע אָנהענגער.

צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער אַקאַדעמישער וועלט וועט מען דורכפֿירן אַ קאָנפֿערענץ וועגן דעם ייִדישן אַנאַרכיזם. די קאָנפֿערענץ, וואָס וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 20סטן יאַנואַר, פֿון צען אַ זייגער אין דער פֿרי ביז אַכט אַ זייגער אין אָוונט, ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן „ייִוואָ‟, „אין געוועב‟, דעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ און עטלעכע אָרגאַניזאַציעס געווידמעט דער געשיכטע פֿון לינקע באַוועגונגען און אַרבעטער.

אויף דער קאָנפֿערענץ וועלן 10 פֿאָרשער פֿון פֿאַרשידענע אַקאַדעמישע געביטן אַרומרעדן די ייִדיש־שפּראַכיקע ניו־יאָרקער אַנאַרכיסטישע סבֿיבֿה, אירע באַציִונגען סײַ מיט דער ברייטער אַנאַרכיסטישער באַוועגונג, סײַ מיט דער ברייטער ייִדישער גאַס, דעם אופֿן ווי אַזוי די סבֿיבֿה האָט זיך געענדערט ווען אַמעריקאַנער־געבוירענע ייִדן זענען געוואָרן אירע אָנפֿירער און פֿאַר וואָס זי איז הײַנט כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן.

בילעטן זענען בחינם אָבער מע מוז זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער. נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט די וועבזײַט פֿונעם ייִוואָ..



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.