אַ ליאַלקע — אַ טרויעריקע דערמאָנונג פֿון דער קרישטאָל־נאַכט

A Girl's Doll Is a Sad Reminder of Kristallnacht

פֿון הילל קאָטלער

Published November 08, 2018.
די ליאַלקע, אינגע
די ליאַלקע, אינגע

ירושלים. — צענדליקער יאָרן האָט לאָרע מייערפֿעלד געהאַלטן אַ ליאַלקע אויף אַ בענקל אין אַ פֿאַרשלאָסענעם שלאָפֿצימער אָדער אויף אַ הויכער פּאָליצע. אירע קינדער — און שפּעטער, אירע אייניקלעך און אור־אייניקלעך — האָבן פֿאַרשטאַנען אַז מע טאָר זיך מיר איר נישט שפּילן, טאָמער וועט זי זיך חלילה צעברעכן.

טראָגנדיק אַ העל־קאָלירטע פּיזשאַמע באַצירט מיט קראָליקלעך און הינדעלעך, רעפּרעזענטירט די ליאַלקע, וואָס מע רופֿט זי אינגע, מער ווי בלויז אַ נאָסטאַלגישע דערמאָנונג פֿון מייערפֿעלדס קינדעריאָרן אין קאַסל, דײַטשלאַנד.

די ליאַלקע איז אַ דערמאָנונג פֿון דער קרישטאָל־נאַכט, די שרעקלעכע נאַכט דעם 9טן נאָוועמבער 1938, ווען זי און אירע טאַטע־מאַמע, מאַרקוס און קעטכען שטערן, האָבן געמוזט אַנטלויפֿן קיין אַמעריקע. מייערפֿעלד, וואָס איז דעמאָלט געווען בלויז 1/2־1 יאָר אַלט, האָט מיטגענומען די בלאָנדע ליאַלקע.

לאָרע מייערפֿעלד
הילל קאָטלער
לאָרע מייערפֿעלד

הײַנט אַן 81־יאָריקע אײַנוווינערין פֿון ישׂראל, האָט מייערפֿעלד הײַיאָר געשאָנקען די ליאַלקע און איר פּיזשאַמע צו יד־ושם. די חפֿצים זענען אַ טייל פֿון אַן אָנלײַן־אויסשטעלונג, וואָס האָט זיך געעפֿנט דאָנערשטיק, אַ טאָג פֿאַרן 80סטן יאָרטאָג פֿון דער קרישטאָל־נאַכט, דער נאַציסטישער פּאָגראַם אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך אין וועלכן 91 ייִדן זענען דערהרגעט געוואָרן, 30,000 ייִדן אַרעסטירט, 1,400 שילן אונטערגעצונדן און אָן אַ שיעור היימען און געשעפֿטן וואַנדאַליזירט.

אין דער אויסשטעלונג, It Came From Within זעט מען פֿאַרשידענע עקספּאָנאַטן, וואָס אַ צאָל לעבן געבליבענע פֿון קרישטאָלנאַכט האָבן געשאָנקען יד־ושם.

מייערפֿעלד האָט אויך געשאָנקען דער אויסשטעלונג דעם חתונה־אַלבאָם פֿון אירע טאַטע־מאַמע און עטלעכע בריוו וואָס איר טאַטע אין ניו־יאָרק האָט געשיקט זײַנע נישט־ייִדישע פֿרײַנד אין זײַן היימשטעטל, צימערסראָדע, בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. די איינציקע זאַכן וואָס זענען איר פֿאַרבליבן פֿון די קינדעריאָרן אין דײַטשלאַנד זענען עטלעכע שיסלען און סאָס־קריגלעך.

די ליאַלקע, אינגע, איז געווען כּמעט ווי אַ שוועסטערל פֿאַר מייערפֿעלד, וואָס איז אַליין געווען אַ בת־יחידה. אירע טאַטע מאַמע האָבן איר אַ מאָל דערקלערט אַז זיי האָבן מער נישט געוואָלט האָבן קיין קינדער ווײַל זיי האָבן שפּעט חתונה געהאַט און דערנאָך האָט מען מאַרקוסן פֿאַרשיקט אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער בוכענוואַלד.

מייערפֿעלד האָט באַשלאָסן צו געבן דעם מוזיי די זאַכן נאָך אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיט אירע דרײַ דערוואַקסענע קינדער, וואָס וווינען אויך אין ישׂראל. לכתּחילה האָט זי דווקא געוואָלט זיי געבן די ליאַלקע בירושה אָבער זיי האָבן איר איבערצײַגט אַז זי זאָל שענקען די ליאַלקע אין יד־ושם.

„מיר האָבן איר געזאָגט אַז ס׳וועט האָבן אַ טיפֿערן באַטײַט אויב אַנדערע קענען זען די ליאַלקע און פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס זי איז איר געווען אַזוי וויכטיק,‟ האָט איר זון, מאַרק מייערפֿעלד געזאָגט. „מײַן מאַמע איז קיין מאָל נישט געווען אין קאָנצענטראַציע־לאַגער אָבער די שרעקלעכע ווירקונג פֿון דער קרישטאָל־נאַכט איז איר פֿאַרבליבן אויפֿן גאַנצן לעבן.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.