פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור אין ווין

Festival of Yiddish Culture in Vienna

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 12, 2018.
ווירע לאָזינסקי און ראָמאַן גרינבערג
Wikimedia/Forverts Montage
ווירע לאָזינסקי און ראָמאַן גרינבערג

אין דער עסטרײַכישער הויפּטשטאָט ווין אָרדנט מען אײַן אַ סעריע קאָנצערטן פֿון ייִדישער מוזיק און ליטעראַרישע פֿאָרלייענונגען פֿאַרן ברייטן עולם. די קאָנצערטן, וואָס וועלן פֿאָרקומען פֿון סוף נאָוועמבער ביז דער צווייטער וואָך דעצעמבער, ווערן פּרעזענטירט אונטערן נאָמען „ווינער ייִדיש־פֿעסטיוואַל‟ דורכן אָרטיקן „אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער דערציִונג בײַ דערוואַקסענע.‟

דער „ווינער ייִדיש־פֿעסטיוואַל‟ נעמט אַרײַן די ווײַטערדיקע קאָנצערטן:

זונטיק, דעם 25סטן נאָוועמבער, טרעט אויף דער „ווינער ייִדישער כאָר‟ (דיריגירט פֿון ראָמאַן גרינבערג) מיט אַ חנוכּה־קאָנצערט. בײַ דער געלעגנהייט וועט מען סערווירן לאַטקעס.

דאָנערשטיק, דעם 29סטן נאָוועמבער, וועט דער „ווינער קלעזמער־אָרקעסטער,‟, וואָס באַשטייט פֿון העכער 30 מוזיקער און שפּילט אָפֿט צוזאַמען מיטן „ווינער ייִדישן כאָר,‟ אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט־פּראָגראַם „אַ ביסעלע מזל,‟ אין וועלכער מע וועט פֿאָרלייענען ווערק פֿון עסטרײַכישע ייִדישע שרײַבער, וואָס זענען גערודפֿט געוואָרן דורך די נאַציס.

מאָנטיק, דעם 3טן דעצעמבער, וועט דער דועט „אונטערוועגנס‟ (די זינגערין ווירע לאָזינסקי און דער אַקאָרדעאָן־שפּילער איליע מאַגאַלניק) פֿאָרשטעלן אַ קראַנץ ייִדישע לידער. אינעם צווייטן טייל פֿון דער פּראָגראַם וועט דער אַקטיאָר וואָלפֿגאַנג בוק פֿאָרלייענען אויסצוגן פֿון די ווערק פֿונעם סאַטירער אפֿרים קישון.

זונטיק, דעם 9טן דעצעמבער, וועט דער דועט „די בעלזער שוועסטער‟ (די ייִדישע זינגערינס עמיליע בלופֿשטיין און דבֿורה נאַפּאַדענסקי, וואָס זינגען צוזאַמען אויף ייִדיש זינט זייערע קינדער־יאָרן אין בעלץ), פֿאָרשטעלן אַ קראַנץ ייִדישע לידער. צוזאַמען מיט זיי וועלן אויפֿטרעטן דער אַקאָרדעאָן־שפּילער קרישטאָף דאָברעק און די פֿידלערין אַליאָשאַ ביז. עס וועט אויך אויפֿטרעטן דער אַקטיאָר ערווין שטײַנהאַוער מיט אַ סעריע מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע קאָמיקער.

מיטוואָך, דעם 12טן דעצעמבער, וועט דער געוועזענער ווינער הויפּט־רבֿ, הרבֿ פּאָול חיים אײַזנבערג זינגען אַ ריי ייִדישע לידער און חסידישע ניגונים. צוזאַמען מיט אים וועלן אויפֿטרעטן די אַקטיאָרן טאַניע גאָלדען און קריסטיאַן שולדער, וואָס וועלן פֿאָרלייענען סצענעס פֿון שלום־עליכמס ווערק.

דאָנערשטיק, דעם 13סטן דעצעמבער, וועט ראָמאַן גרינבערג און זײַן קאַפּעליע „קלעזעמטראָפּל‟, בײַנאַנד מיטן „קלעזמער־אָרקעסטער‟ און דעם גיטאַר־שפּילער האַרי סטויקע פֿאָרשטעלן אַ קאָנצערט פֿון לידער, וואָס מישן צונויף די טראַדיציאָנעלע ייִדישע קלעזמער־מוזיק מיט דזשעז, סווינג און „באָסאַ־נאָוואַ‟, אַ מין בראַזיליאַנער מוזיק וואָס מישט אַליין צוזאַמען סאַמבע און דזשעז.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, און כּדי צו באַשטעלן בילעטן באַזוכט: http://www.yiddishculturevienna.at/.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.