אויפֿן וועג צום הימל: די כאַריזמע פֿונעם מיטעלן רבין

On the Way to Heaven: The Charismatic Mitteler Rebbe

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published November 13, 2018.
Yehuda Blum

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער „ויצא יעקבֿ‟ — און יעקבֿ איז אַוועק פֿון באר־שבֿע, כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון זײַן אויפֿגעבראַכטן ברודער עשׂו. אויפֿן וועג, איז יעקבֿ אײַנגעשלאָפֿן אויפֿן הייליקן אָרט, וווּ שלמה המלך האָט מיט הונדערטער יאָרן שפּעטער אויסגעבויט דעם בית־המיקדש. אין זײַן חלום האָט יעקבֿ דערזען, ווי די מלאָכים גייען אַראָפּ און אַרויף אויף אַ מיסטישן לייטער צווישן הימל און ערד.

פֿאַראַכטאָגן האָבן מיר דאָ דערמאָנט הרבֿ אַהרן קאָטלער, אַ גרויסן באַנײַער פֿון דער מתנגדיש־ליטווישער שיטה אין ייִדישקייט אויפֿן צפֿון־אַמעריקאַנער קאָנטינענט. דעם הײַנטיקן שבת פֿאַלט אויס דער יאָרצײַט פֿון גאָר אַן אַנדער באַרימטן ווײַסרוסישן תּלמיד־חכם: רבי דובער שניאורי, באַקאַנט בײַ די ליבאַוויטשער חסידים ווי דער מיטעלער רבי. דובער איז דער טײַטש דובֿ־בער אינעם טראַדיציאָנעלן רײַסישן אויסלייג; זײַנע קינדער און אייניקלעך האָבן שפּעטער געביטן דעם פֿאַמיליע־נאָמען אויף שניאורסאָן.

וואָס איז דער שײַכות פֿונעם מיטעלן רבין צו דער איצטיקער פּרשה? יעקבֿ אָבֿינוס פֿעטער לבֿן האָט געצוווּנגען זײַן פּלימעניק דורך שווינדלערײַ אָפּצואַרבעטן במשך פֿון 20 יאָר ווי אַ פּאַסטעך. להיפּוך, האָט דער מיטעלער רבי געגלייבט, אַז די לאַנדווירטשאַפֿטלעכע אַרבעט קען דווקא ראַטעווען אַ סך ייִדן אין דער רוסישער אימפּעריע פֿון דיסקרימינאַציע און אָרעמשאַפֿט. אינעם יאָר 1815 האָט ער געשאַפֿן די ערשטע ייִדישע אַגריקולטור־קאָלאָניעס אין רוסלאַנד.

מע קאָן זאָגן אַז, אַזוי ווי יעקבֿ, האָט דער מיטעלער רבי דערזען אַן אייגענעם „לייטער אין הימל‟; ער האָט אָנגעשריבן אַ גאַנצע ריי ספֿרים מיט פּרטימדיקע מעטאָדן פֿון התבוננות, מעדיטאַציע. זײַן „קונטרס ההתפּעלות‟ בלײַבט איינער פֿון די בעסטע קוואַלן פֿון פּראַקטישע מעדיטאַציעס אין ייִדישקייט. ער האָט אויך אָנגעשריבן פּאָפּולערע ביכלעך אויף דער דאָזיקער טעמע פֿאַר פּשוטע מענער און פֿרויען אויף ייִדיש.

אין זײַן תּקופֿה, איז דער מיטעלער רבי נישט געווען דער איינציקער גרויסער מנהיג פֿון חב״ד. זײַן טאַטנס באַגאַבטער און באַרימטער תּלמיד, רב אַהרן, האָט אויך אָנגעפֿירט מיט אַן אייגענער גרויסער חב״ד־גרופּע אין סטראַשעליע, אַ שטעטל לעבן מאָלעוו (מאָהילעוו). נאָך זײַן פּטירה איז 1828 זענען ס׳רובֿ זײַנע נאָכפֿאָגלער אַריבער צום מיטעלער רבינס פּלימעניק, מנחם־מענדל שניאורסאָן (1789-1866). דער מיטעלער רבי אַליין איז ניפֿטר געוואָרן אין 1827. דער צענטער פֿון זײַן חסידות איז געווען טאַקע דאָס דערפֿל ליבאַוויטש, לעבן וויטיעבסק, איצט אויפֿן שטח פֿון רוסלאַנד.

דער אונטערשייד צווישן די צוויי חב״ד־צווײַגן שפּירט זיך גאַנץ שטאַרק אין זייערע ספֿרים. רבי אַהרן סטראַשעליער שטעלט דעם טראָפּ אויפֿן עמאָציאָנעלן דאַוונען און פּלוצעמדיקן עקסטאַז, און רבי דובער האָט אויסגעאַרבעט זייער אַ סיסטעמאַטישע שיטה פֿון שׂכלדיקע מעדיטאַטיווע תּפֿילות און מחשבֿות. אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ קלאַסישע פֿריִיִקע חסידישע ספֿרים, האָבן זײַנע ווערק דווקא אַ ליטווישן פֿילאָסאָפֿישן טעם. רחל אליאור, אַ באַקאַנטע פּראָפֿעסאָרין פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, האָט דורכגעפֿירט אַ סך אינטערעסאַנטע אַקאַדעמישע פֿאַרגלײַך־שטודיעס וועגן די ביידע רביים.

הגם ס׳איז שווער צו באַשטימען די חסידישע דעמאָגראַפֿיע אין יענע צײַטן, איז דער 39־יאָריקער רבי דובער נאָך זײַן טאַטנס פּטירה אין דעצעמבער 1812 געוואָרן דער ראָש פֿון זייער אַ גרויסער, השפּעהדיקער חסידישער באַוועגונג. דאָס איז געווען גלײַך נאָך נאַפּאָלעאָן באָנאַפּאַרטס דורכגעפֿאַלענער אינוואַזיע אין רוסלאַנד, ווען הונדערטער טויזנטער מענטשן זענען אומגעקומען בעת דער גרויסער רוסיש־פֿראַנצויזישער מלחמה. דער טאַטע, רבי שניאור־זלמן פֿון ליאַדי, האָט זיך אַקטיוו באַטייליקט אינעם קאַמף קעגן די פֿראַנצויזן. אין דער זעלבער צײַט, זענען שווערע שלאַכטן אָנגעגאַנגען צווישן רוסלאַנד און טערקײַ.

אַזוי ווי אין דער מעשׂה מיט לבֿנס שווינדלערײַ, איז בײַם מיטעלער רבינס משפּחה אויך געווען אַ נידערטרעכטיקער פּאַרשוין. אַ שוועסטערקינד וואָס האָט געהייסן ליפּמאַן האָט אויסגענוצן די אומרויִקע סיטואַציע אינעם לאַנד, כּדי אָנגעהויבן אַ שאַנטאַזש־קאַמפּאַניע און קריגן אַ ריזיקע סומע געלט פֿונעם מיטעלער רבינס חסידים.

צוליב ליפּמאַנס מסירה איז דער רבי אָפּגעזעסן אָנדערהאַלבן חודש אין דער וויטעבסקער טורמע, פֿאַרדעכטיקט אינעם שטיצן די טערקן צוליב זײַן ראָלע אינעם זאַמלען געלט לטובֿת ייִדן אין ארץ־ישׂראל — דעמאָלט אַ טערקישע טעריטאָריע. אין יענער צײַט איז עס געווען זייער אַ געפֿערלעכער חשד — בערך אַזוי ווי הײַנט אַ באַשולדיקונג אין טעראָריזם לטובֿת אַ פֿײַנטלעכער מלוכה.

דווקא זײַן מעדיטאַטיווע חכמה האָט געהאָלפֿן דעם מיטעלער רבין זיך צו ראַטעווען. די רוסישע פּאָליציי האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דער באַשולדיקער קלינגט ווי אַ שווינדלער, דערצו אַ היסטערישער מענטש, אין פֿאַרגלײַך מיטן רויִקן און שׂכלדיקן באַשולדיקטן מיט אַ פּנים פֿון אַן אומערדישן הייליקן מענטש. די פּאָליציאַנטן, אַפּנים נישט קיין פֿרײַנד פֿון ייִדן, האָבן אָרגאַניזירט אַ דירעקטן סיכסוך צווישן ליפּמאַן און דעם רבין. אין גיכן זענען זיי נתפּעל געוואָרן פֿונעם רבינס חכמה און באַשלאָסן אים אָפּצולאָזן נאָכן רעלאַטיוו־קורצן תּפֿיסה־טערמין.