עפֿים טשאָרני און סוזאַנאַ גערגוס וועלן באַקומען פּרעמיע לזכר חנה קופּער

Efim Chorny and Suzanna Ghergus To Receive Award in Memory of Adrienne Cooper

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 13, 2018.
סוזאַנאַ גערגוס און עפֿים טשאָרני
Youtube/Yiddish Waves/Forverts Montage
סוזאַנאַ גערגוס און עפֿים טשאָרני

שוין צום 7טן מאָל אָרדנט מען אײַן אַ בענעפֿיט-קאָנצערט לטובֿת דעם „פֿאָנד צו חלומען אויף ייִדיש‟, געשאַפֿן אין אָנדענק פֿון דער פּאָפּולערער זינגערין חנה קופּער ז׳׳ל. במשך פֿון די לעצטע יאָרן איז די יערלעכע פּראָגראַם פֿאַרוואַנדלט געוואָרן פֿון אַן אומפֿאָרמעלער טאַנץ־שׂימחה מיט עטלעכע רעדעס אין אַ גרויסן קאָנצערט־ספּעקטאַקל אויף אַ פּראָפֿעסיאָנעלן פֿאַרנעם, ווי אַ טייל פֿונעם פֿעסטיוואַל „ייִדיש ניו־יאָרק.‟

לעצטנס האָט מען געלאָזט וויסן, אַז די הײַיאָריקע געווינער פֿונעם „פֿאָנד צו חלומען אויף ייִדיש‟ זענען דער זינגער עפֿים טשאָרני און די פּיאַניסטקע סוזאַנאַ גערגוס, וואָס שפּילן צוזאַמען שוין העכער 25 יאָר ווי אַ דועט. טשאָרני איז אויפֿגעוואַקסן אין בעסאַראַביע בײַ אַ מוזיקאַלישער משפּחה. זײַן זיידע איז געווען אַ חזן און זײַן מאַמע און שוועסטער — פּראָפֿעסיאָנעלע אָפּערע־זינגערינס. ער איז באַקאַנט ווי איינער פֿון די הויפּט־פֿיגורן אינעם ווידער־אויפֿלעב פֿונעם ייִדישן ליד אין מיזרח־אייראָפּע אין דער נאָך־סאָוועטישער תּקופֿה.

אינעם קאָנצערט וועלן אויך אויפֿטרעטן שׂרה־מינע גאָרדאָן, דניאל קאַהן, מאַרילין לערנער, איליע שנײווײַס, פּיט רושעווסקי און אַנדערע.

דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען מיטוואָך, דעם 26סטן דעצעמבער, 8 אַ זייגער אין אָוונט בײַם „ביימער נאַציאָנאַלן זאַל‟ (321 מיזרח־73סטע גאַס אין מאַנהעטן). בילעטן זענען $25.

דער פֿעסטיוואַל „ייִדיש־ניו־יאָרק‟ אָרדנט אויך אײַן אַ ריי אַנדערע קאָנצערטן פֿאַרן ברייטן עולם. צווישן זיי — אַ גרויסן קאָנצערט געווידמעט דעם לעבן און קולטור־ירושה פֿון רות רובין, וואָס וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 23סטן דעצעמבער, 7 אַ זייגער אין אָוונט, בײַם „ייִוואָ‟.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.