ווינטער־קורסן בײַם ניו־יאָרקער ייִוואָ

Winter Classes at YIVO

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 14, 2018.
YIVO

אַזוי ווי יעדעס יאָר, אָרדנט דער ניו־יאָרקער ייִוואָ, צוזאַמען מיט „באַרד־קאַלעדזש‟, אײַן אַ סעריע אינטענסיווע קורסן וועגן דער אַשכּנזישער קולטור און געשיכטע. די ווינטער־פּראָגראַם, וואָס איז געצילעוועט אויף גראַדויִר־סטודענטן און אַנדערע אַקאַדעמיקער, וואָס זענען פֿרײַ במשך פֿון חודש יאַנואַר, נעמט הײַיאָר אַרײַן צען קלאַסן, וואָס טרעפֿן זיך דרײַ מאָל אויף צוויי און אַ האַלב שעה.

להיפּוך צו פֿריִערדיקע יאָרן, ווען די קלאַסן האָבן כּמעט אויסשליסלעך פֿאָקוסירט אויף דער קולטור און געשיכטע פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, נעמען די הײַיאָריקע קורסן אַרײַן אַ גרעסערע גאַמע טעמעס. ד׳׳ר אילאַן סטאַוואַנס וועט, למשל, אָנפֿירן מיט אַ קורס וועגן דער געשיכטע פֿון די לאַטײַן־אַמעריקאַנער ייִדן, אָנהייבנדיק פֿון די באַהאַלטענע ייִדן וואָס זענען געקומען אין די טעג פֿון קאָלומבוס, ביז די הײַנטיקע ייִדישע ייִשובֿים אין מעקסיקע און אַרגענטינע. דער קאַרטוניסט קען קרימשטיין, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע קאַריקאַטורן אינעם „ניו־יאָרקער‟, וועט אָנפֿירן מיט אַ סעמינאַר, אין וועלכן ייִדישע קאַרטוניסטן וועלן רעדן וועגן זייערע ווערק. און ד׳׳ר מײַקל ווייזער וועט אין זײַן קורס פֿאַרגלײַכן דעם אופֿן ווי אַזוי די סעקולאַריסטן אין פֿראַנקרײַך, אינדיע, אַלזשעריע און ישׂראל האָבן רעאַגירט אויפֿן ווידער־אויפֿלעב פֿון רעליגיע אין זייער לאַנד.

אַנדערע קלאַסן זענען נעענטער פֿאַרבונדן מיט דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור־ירושה. דאַראַ גאָלדשטיין, אַ וועלט־באַרימטע מומחה פֿון עסן (ווי אויך אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון רוסישער ליטעראַטור), וועט דערציילן אין איר קורס וועגן דער געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קיך. בײַ דער געלעגנהייט וועט מען פֿאַרזוכן די מאכלים פֿון פֿאַרשידענע רעסטאָראַנען.

ד׳׳ר חנה נאָריך וועט לערנען אַ קלאַס וועגן די קורצע דערציילונגען פֿון ייִדישע שרײַבער, וואָס מע האָט אָנגעשריבן אין אַמעריקע. ד׳׳ר קריסטאָף דיקמאַן וועט לערנען אַ קורס וועגן דער געשיכטע פֿונעם חורבן אין דער ליטע און ד׳׳ר יונתן ברענט, דער דירעקטאָר פֿונעם ייִוואָ, וועט לערנען וועגן וואַסילי גראָסמאַנס ראָמאַן „לעבן און גורל‟, וואָס שילדערט די פֿאַרברעכנס פֿון היטלער און סטאַלין.

די קלאַסן, וואָס קומען פֿאָר פֿונעם 3טן ביזן 23סטן יאַנואַר, קאָסטן 200$ פֿאַר ייִוואָ־מיטגלידער און 275$ פֿאַרן ברייטן עולם.

כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן באַזוכט די וועבזײַט פֿונעם ייִוואָ.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.