ליטעראַטור פֿון פּוילישע ייִדן: דרײַ שפּראַכן, אָבער פֿאָרט איין קולטור?

Was Trilingual Literature of Polish Jews Really One Culture?

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published November 16, 2018.
Cambridge Scholars Publishing/Yiddish Book Center

אין די 1930ער יאָרן איז דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשער מאיר װינער אַרױס מיט אַ קאָנצעפּציע פֿון „צװײ ליניעס‟ אין דער אַנטװיקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. ער האָט זײ באַשטימט געאָגראַפֿיש. די „פּױלישע” ליניע, װאָס װערט פֿאָרגעשטעלט דורך פּרץ, שלום אַש און אַדערע מחברים פֿון פּױלן, איז מער עסטעטיש און סענטימענטאַל, בעת די „אוקראַיִנישע‟ ליניע, פֿאָרגעשטעלט דורך מענדעלע און שלום־עליכם, איז מער פֿאַרטאָן אין געזעלשאַפֿטפּלעכע פּראָבלעמען. װינער האָט דערקלערט דעם דאָזיקן חילוק דורך פֿאַרשידענע השפּעות: אין פּױלן האָט זיך די ייִדישע ליטעראַטור אױסגעפֿורעמט אין קאָנטאַקט מיט דער דײַטשישער און פּױלישער ליטעראַטור, אין אוקראַיִנע איז די השפּעה געקומען פֿון דער רוסישער קולטור. דעמאָלט האָבן די סאָװעטישע קריטיקער באַשולדיקט װינער אין אַנטי־מאַרקסיסטישן „דעטערמיניזם‟, און ער האָט זיך געשלאָגן על־חטא פֿאַר זײַנע אידעאָלאָגישע עבֿירות.

איצט האָט װינערס טעאָריע באַקומען אַ נײַעם גיגלול, אומבאַװוּסטערהײט, אין דער קאָנצעפּציע פֿון פּראָפֿעסאָר יגאל שװאַרץ מכּוח דער אַשכּנזישער העברעיִשער ליטעראַטור. אַזױ װי װינער, צעטײלט שװאַרץ די העברעיִשע ליטעראַטור אין צװײ געאָגראַפֿישע בראַנזשעס, צװישן מיזרח־ און צענטראַל־אײראָפּע. אין מיזרח, לױט שװאַרץ, איז דאָס געװען אַ ליטעראַטור פֿון „מױל און אױער‟, פֿאַרטאָן אין אידעאָלאָגישע און געזעלשאַפֿטלעכע װיכּוחים לױטן שטײגער פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. אין פּױלן איז דאָס געװען אַ ליטעראַטור פֿון „אױג‟, װאָס האָט געזוכט שײנקײט און פֿילעװדיקײט און אין דער אַרומיקער װירקלעכקײט.   שװאַרצעס אַרטיקל שליסט דעם װאָגיקן באַנד „די דרײַ־שפּראַכיקע ליטעראַטור פֿון פּױלישע ייִדן פֿון פֿאַרשידענע פּערספּעקטיװן׃ לזכר י. ל. פּרץ‟, רעדאַגירט דורך אַלינאַ מאָליסאַק און שושנה רונן. און אױב מען איז מסכּים מיט װינערס און שװאַרצעס טעזיס, לאָזט זיך דאָס בוך לײענען װי אַ פֿאָרשונג פֿון דער „פּױלישער‟ בראַנזשע אין דער ייִדישער ליטעראַטור אױף פֿאַרשידענע שפּראַכן. אװדאי איז די דאָזיקע צעטײלונג גאַנץ סכעמאַטיש. און פּרץ, װי עס באַװײַזט, למשל, עדי מהלאל, איז געװען טיף פֿאַרטאָן אין סאָציאַלע און געזעלשאַפֿטלעכע ענינים. דערבײַ אָבער, און דאָס איז דער אַרגומענט פֿון דן מירונס אַרײַנפֿיר, איז פּרצעס שאַפֿונג געװען דורכגעדרונגען מיט געפֿילן. מירון טענהט, אַז כּדי צו פֿאַרשטײן פּרצעס ייִדישע שאַפֿונג, מוז מען נעמען אין באַטראַכט זײַן פֿריִערע העברעיִשע דיכטונג. פּרצעס העברעיִשע לידער געהערן ניט צו דער „קלאַסישער‟ מסכּילישער ליטעראַטור, מיטן טראָפּ אױפֿן ראַציאָנאַלן שׂכל, נאָר צו דעם שפּעטערן נוסח פֿון דער השׂכּלה, װאָס איז געװען מער סענטימענטאַל און עמאָציאָנעל. פּרץ, זאָגט מירון, „איז געװען אַ סענטימענטאַלער קינסלטער אין משך פֿון זײַן גאַנצער שעפֿערישער קאַריערע‟.

מירונס אַרײַנפֿיר און שװאַרצעס נאָכװאָרט דינען װי אַ קאָנצעפּטועל גערעם, װאָס נעמט אַרײַן 25 קאַפּיטלען, אױסגעסדרט טעמאַטיש אין פֿיר טײלן: ליטעראַטור, קולטור, געשיכטע און דרױסנדיקע פּערספּעקטיװן. עס גײט דאָ אַ רייד ניט נאָר װעגן פּרץ, זײַן לעבן, שאַפֿונג און דער אױפֿנאַמע פֿון זײַנע װערק, נאָר אױך װעגן אַנדערע ייִדישע, העברעיִשע און פּױלישע מחברים, װאָס לאָזן זיך אַזױ אָדער אַנדערש אידענטיפֿיצירן מיט אָט דער „פּױלישער‟, עסטעטישער און סענטימענטאַלער בראַנזשע אין דער דרײַ־שפּראַכיקער ייִדישער ליטעראַטור. דערצו באַטראַכט מען אױך די אױפֿנאַמע פֿון פּרצעס װערק אױף דײַטשיש, איטאַליעניש און רומעניש.

(אַ רשימה פֿון די מערקווירדיקסטע אַרטיקלען אין דער זאַמלונג קענט איר געפֿינען דאָ אונטן.)

װי מען זעט פֿון דער דאָזיקער ניט־פֿולער רשימה, באַהאַנדלט דאָס זאַמלבוך זײער אַ ברײטן דיאַפּאַזאָן פֿון טעמעס, פּערזענלעכקײטן, און קולטורן. און דאָך, װי מען זאָגט אױף ענגליש, איז דאָ פֿאַראַן אַ פֿאַרבאַהאַלטענער „העלפֿאַנט אין שטוב‟. דאָס איז אַ װיכטיקע טעמע, װאָס װערט קױם באַרירט אינעם זאַמלבוך: פּרץ און רוסלאַנד. דאָס זאַמלבוך איז אָריענטירט אױף מערבֿ, װאָס שטימט מיט דער איצטיקער קולטורעלער אָריענטאַציע אין פּױלן. אָבער כּדי צו פֿאַרשטײן פּרצעס שאַפֿונג און דעם גאַנצן גאַנג פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער קולטור מיט הונדערט יאָר צוריק, מוז מען נעמען אין באַטראַכט די באַציִונגען מיט רוסלאַנד. 

די דאָזיקע באַציִונגען זײַנען געװען װײַט ניט גלאַטיק, און זײ זײַנען געװען באַװירקט דורכן אַלטן פּױליש־רוסישן קאָנפֿליקט. די סקאַנדאַלן, װאָס פּרץ האָט בכּיװן פּראָװאָצירט בעת זײַנע באַזוכן אין פּעטערבורג, זײַנען פּרטימדיק דערפֿאָרשט דורך דעם פּעטערבורגער היסטאָריקער אלכּסנדר פֿרענקעל. אײנצײַטיק האָט פּרץ געהאַט אַ גװאַלדיקע השפּעה אױף דער ייִדישער ליטעראַטור אין רוסלאַנד, קודם־כּל אױף ש. אַנ־סקין און דעם נסתּר, און מען האָט אים אַקטיװ איבערגעזעצט אױף רוסיש סײַ פֿאַר און סײַ נאָך דער רעװאָלוציע. די אָפּשאַצונג פֿון פּרצן אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך געענדערט אין הסכּם מיט דער אידעאָלאָגישער ליניע פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ. אין די 1920ער יאָרן האָט מען געלױבט פּרצן פֿאַר זײַן סימפּאַטיע צו די האָרעפּאַשנע מאַסן, אָבער אין די 1930ער איז ער געװאָרן טרײף־פּסול פֿאַר זײַן „בורזשואַזער נאַציאָנאַליזם‟. אין 1939, נאָך דער סאָװעטישער אַנעקסיע פֿון מיזרח־פּױלן, איז פּרץ װידער געװאָרן כּשר, װײַל די סאָװעטישע מאַכט האָט געװאָלט צוציִען ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן פֿון די מערבֿדיקע שטחים. הײַנט זײַנען די באַציִונגען צװישן פּױלן און רוסלאַנד װידער קאַלטלעך, און דאָס שפּירט מען אַפֿילו אױף דער גאַס פֿון דער ייִדישער קולטור.

  • ייִדישע פּובליקאַציעס אין װאַרשע (נתן כּהן)
  • די פּױליש־ייִדישע ליטעראַטור און די מאָדערנקײט (עוגעניאַ פּראָקאָפּ־יאַנעץ)
  • די אינטעגראַציע פֿון ייִדן אין דער פּױלישער קולטור (זוזאַנאַ קאָלאָדזײסקאַ־סמאַגאַלאַ)
  • די שאַפֿונג פֿון יחידישע מחברים, װאָס זײַנען אויף עפּעס אַן אופֿן געװען פֿאַרבונדן מיט פּױלן און פּרץ, װי, למשל:
  • איציק מאַנגער (אפֿרת גל־עד)
  • למד שאַפּיראָ (בעלאַ שװאַרצמאַן־טשאַרנאָטאַ)
  • יצחק באַשעװיס (הגי דגן)
  • חיים לענסקי (ורד אריאל־נהרי)
  • ברונאָ שולץ (אַנדזשיי זינעװיטש)
  • באָלעסלאַװ לעשמיאַן (אַלינאַ מאָליסאַק)
  • יוליאַן טובֿים (בירגיט קרעל)
  • יוליאַן קליאַטשקאָ (סטאַניסלאַװ אָבירעק)
  • יהושע אָסיאַש טאָן (שושנה רונען).