מאָזלען פֿאַרשפּרייטן זיך גיך; רבנים רופֿן אַלעמען וואַקצינירט צו ווערן

Rabbis Urge Vaccinations For All as Measles Outbreak Worsens

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 16, 2018.
Wikimedia/Forverts Montage

נאָך דעם וואָס העכער 80 מענטשן אין די פֿרומע געגנטן פֿון ניו־יאָרק און ניו־דזשערזי האָבן זיך אָנגעשטעקט מיט די מאָזלען — דער ערגסטער אויסבראָך פֿון דער געפֿערלעכער קראַנקייט במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 25 יאָר — האָבן אַ ריי רבנים, עסקנים און ראָשי־ישיבֿות זיך געוואָנדן צום פֿרומען ציבור, אַז אַלע זאָלן וואָס גיכער וואַקצינירט ווערן.

דער אויסבראָך פֿון די מאָזלען האָט זיך אָנגעהויבן אין די פֿרומע קרײַזן אין ישׂראל מיט צוויי חדשים צוריק. דאָרטן איז אַן עופֿעלע אומגעקומען צוליבן ווירוס. דאָס איז געווען דער ערשטער טויטפֿאַל פֿון די מאָזלען אין דער ייִדישער מדינה אין לאַנגע יאָרן.

די מגפֿה איז אָנגעקומען אין ניו־יאָרק און ניו־דזשערזי נאָך דעם וואָס אַ חסידישע משפּחה פֿון אַמעריקע האָט באַזוכט קרובֿים אין ישׂראל און עטלעכע פֿון די משפּחה־מיטגלידער זענען דאָרטן אָנגעשטעקט געוואָרן. דער ווירוס האָט זיך לכתּחילה פֿאַרשפּרייט אין ראָקלענד־קאַונטי, וווּ די רעגירונג גיט איבער, אַז מער ווי 60 מענטשן, לרובֿ קינדער, זענען שוין קראַנק געוואָרן.

פֿון „אָפּסטייט‟ איז די קראַנקייט אַריבער קיין ברוקלין. דערנאָך האָט מען אינעם „בית מדרש גבֿוה‟, אין לייקוווּד, ניו־דזשערזי, וווּ עס לערנען זיך אַן ערך 6,500 תּלמידים, געלאָזט וויסן דעם עולם, אַז דעם 6טן נאָוועמבער האָט אַ ייִד אַן אָנגעשטעקטער מיט די מאָזלען באַזוכט די ישיבֿה. האָט מען אויפֿגעהאָנגען מעלדונגען אויף די ווענט רופֿנדיק אַלעמען וואַקצינירט צו ווערן.

„אגודות־ישׂראל‟, אין איינעם מיט אַ ריי ישיבֿות אין ברוקלין און ראָקלאַנד־קאַונטי, האָבן אויך אַרויסגעלאָזט קול־קוראס וועגן דער וויכטיקייט פֿונעם באַקומען דעם וואַקצין.

די מאָזלען זענען אַ ווירוס, וואָס פֿאַרשפּרייט זיך דורך דער לופֿט און קען גורם זײַן שווערע געזונט־פּראָבלעמען, בפֿרט בײַ יונגע קינדער. געוויינטלעך ווערט מען קראַנק 10 ביז 12 טעג נאָך דעם, וואָס מע שטעקט זיך אָן. די וואָס זענען קראַנק אויף די מאָזלען לײַדן פֿון זייער אַ הויכער היץ (אַ מאָל העכער פֿון 104 גראַד), פּראָבלעמען מיט די אויגן און אַ שווערן רויטן אויסשיט איבערן לײַב. געוויסע מענטשן וואָס באַקומען דעם ווירוס לײַדן אויפֿן גאַנצן לעבן פֿון פֿאַרשידענע געזונט־פּראָלבעמען, אַרײַנגערעכנט דאָס ווערן בלינד, טויב אָדער צוריקגעשטאַנען.

דער ווירוס פֿאַרשפּרייט זיך גיך אין די חרדישע קרײַזן, ווײַל ניט גענוג מענטשן דאָרט וואַקצינירן זייערע קינדער. כּדי אַלעמען צו באַזיצן פֿון דער קרענק דאַרף מען וואַקצינירן אַן ערך 85% פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג. דאָס הייסט אין דער מעדיצינישער ליטעראַטור „סטאַדע־אימוניטעט.‟ כּדי זיך צו דערוויסן מער וועגן דעם אופֿן ווי עס אַרבעט דער וואַקצין און די „סטאַדע־אימוניטעט‟ אויף ייִדיש קען מען לייענען אָט דעם אַרטיקל.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.