ביר – עלטער ווי ברויט?

Beer: Older Than Bread?

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published November 19, 2018.
ערטער, וווּ מע האָט אפֿשר געמאַכט דעם אור־אַלטן ביר.
Getty Images/Science Direct/Forverts Collage
ערטער, וווּ מע האָט אפֿשר געמאַכט דעם אור־אַלטן ביר.

  אַ גרופּע אַרכעאָלאָגן בראָש מיט לי ליו, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון אַרכעאָלאָגיע אינעם סטאַמפֿאָרד־אוניווערסיטעט, האָט אַנטדעקט די עלטסטע ביר־ברײַערײַ אין דער וועלט – לעבן חיפֿה. אַ באַריכט וועגן דעם געפֿינס קאָן מען אַראָפּלאָדן בחינם אינעם אָקטאָבער־נומער פֿונעם „זשורנאַל פֿאַר אַרכעאָלאָגישער וויסנשאַפֿט‟. לויטן אַנאַליז פֿון די פֿאָרשער, איז די ברײַערײַ 13,000 יאָר אַלט.

די אַנטדעקער באַטאָנען, אַז דווקא ביר האָט געקאָנט אַרויפֿפֿירן דעם פֿאַרהיסטאָרישן מענטש אויפֿן געדאַנק, אַז די תּבֿואה טויג נישט בלויז פֿאַרן שיכּורן, נאָר אויך ווי אַ מאכל. מיט אַנדערע ווערטער, ביר קאָן זײַן עלטער ווי ברויט; די אַנטדעקטע כּלים זענען אויף היפּשע 4,000 יאָר עלטער, ווי די אַלגעמיינע אַנטוויקלונג פֿון אַגריקולטור. אויב ס׳איז טאַקע אַזוי, האָט ביר געשפּילט גאָר אַ וויכטיקע ראָלע אין דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע.

דערווײַל בלײַבט עס אָבער בלויז אַ השערה. אויפֿן שטח פֿון דער הײַנטיקער יאָרדאַניע האָט מען אַנטדעקט רעשטלעך פֿון ברויט, אויסגעבאַקן בערך מיט 14,400 יאָר צוריק. צו זייען תּבֿואה בכּיוון האָבן די מענטשן זיך דערטראַכט שפּעטער, אָבער ווילד־געוואַקסענע זאַנגען פֿלעגט מען שוין דעמאָלט אין געוויסע ערטער זאַמלען, דורכזיפּן, צערײַבן און באַקן אױפֿן פֿײַער.

מערת רקפֿת, די הייל לעבן חיפֿה, וווּ די אַרכעאָלאָגן האָבן געפֿונען די שטיינערנע ברײַערײַ־כּלים, געפֿינט זיך אין מיטן אַ קבֿרה־אָרט פֿון די נאַטופֿער – אַ מיסטעריעז פֿאָלק, וואָס האָט באַזעצט די הײַנטיקע ארץ־ישׂראל און סיריע מיט 15 טויזנט יאָר צוריק. דעם נאָמען האָבן די היסטאָריקער צוגעטראַכט, ווײַל די ערשטע רעשטלעך פֿון דער דאָזיקער אוראַלטער קולטור האָט מען אַנטדעקט אין דער הייל שוקבא בײַם ברעג פֿון וואַדי־אַל־נאַטוף – אַ טײַכל אויפֿן מערבֿ־ברעג פֿונעם ירדן, 17 מײַל אויף צפֿון־מערבֿ פֿון ירושלים. ווי אַזוי די נאַטופֿער האָבן זיך אַליין גערופֿן און אויף וואָס פֿאַר אַ שפּראַך זיי האָבן גערעדט, האָט מען נישט קיין אַנונג, הגם אַ קליינע צאָל לינגוויסטן גלייבן, אַז זיי זענען געווען פֿאַרבונדן מיט די אור־אָבֿות פֿון די סעמיטן און ממילא האָט זייער לשון געקאָנט האָבן אַ ווײַט שײַכות צו די הײַנטיקע סעמיטישע שפּראַכן.

פּראָפֿ׳ דני נדל, אַן אַרכעאָלאָג פֿונעם חיפֿהר אוניווערסיטעט, האָט באַמערקט אין שײַכות מיטן געפֿינס, אַז מערת רקפֿת איז בכלל „פֿול מיט סורפּריזן”. איצט, האָט ער צוגעגעבן, קענען מיר זיך בעסער און לעבעדיקער פֿאָרשטעלן דעם לעבנס־שטייגער, קולטור און טעכנאָלאָגישן ניוואָ פֿון די נאַטופֿער.

צוליב דעם, וואָס די ביר־ברײַערײַ איז געשטאַנען אין מיטן אַ צווינטער, האַלטן אירע אַנטדעקער, אַז אין יענער צײַט האָט ביר געדינט ווי אַ ריטואַלע משקה, אַ טייל פֿון דער קבֿורה־צערעמאָניע. די הײַנטצײַטיקע מעטאָדן פֿון כעמישן און ביאָלאָגישן אַנאַליז דערמעגלעכן צו רעקאָנסטרויִרן אַפֿילו נאָך אַזאַ לאַנגער צײַט די יסודות פֿון אַמאָליקע טעכנאָלאָגיעס. אין די געפֿונענע כּלים זענען אָפּגעהיט געוואָרן שפּורן פֿון בײַ־פּראָדוקטן, וואָס בלײַבן איבער נאָכן ברײַען דעם ווייץ־ און גערשטן־מאַלץ. ווײַזט אויס, די אַמאָליקע בירקעכער האָבן געקאָכט דעם מאַלץ אין הייס וואַסער און געלאָזט עס צו יוירן.

בײַ אַ הײַנטיקן לייענער ווערט ביר אַסאָציִיִרט, געוויינטלעך, מיט שענקען און פֿוסבאָל־פֿאַרמעסטן, און דער אוראַלטער מיטל־מיזרח – מיט דער ניכטערער מוסולמענישער קולטור. אַמאָל איז די מעשׂה געווען פּונקט פֿאַרקערט; לאָמיר זיך דערמאָנען אַחשוורושס סעודה אין מגילת־אסתּר אָדער שמשונס שיכּורן זיבן טאָג נאָכאַנאַנד מיט אַ פּלישתּישער פֿרוי. די פּלישתּים – אַן אַנדער מיסטעריעז אוראַלט פֿאָלק, וואָס האָט זיך אַמאָל באַזעצט בײַם מיטל־לענדישן ברעג פֿון ארץ־ישׂראל – האָבן זיך נישט באַגרענעצט בלויז מיט אַלקאָהאָל. מיט דרײַ יאָר צוריק האָבן די אַרכעאָלאָגן אַנטדעקט אַ 3,000־יאָריקע „לאַבאָראַטאָריע‟ אין יבֿנה, נישט ווײַט פֿון אַשדוד, וווּ די פּלישתּישע „כעמיקער”, ווי עס זעט אויס, האָבן פּראָדוצירט אַ נאַרקאָטיק ענלעך צו די הײַנטיקע „עסקטאַזי‟־פּילן.

די היסטאָריקער האָבן שוין לאַנג באַשטעטיקט, אַז די געשיכטע פֿון ביר הייבט זיך אָן, אויף וויפֿל מע ווייסט איצט, נישט אין אירלאַנד צי דײַטשלאַנד, נאָר דווקא אויפֿן מיטל־מיזרח. אינעם יאָר 1992 איז אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ דערשינען אַן אַרטיקל, וווּ עס ווערט דערציילט, אַז מיט 6,500 יאָר צוריק האָבן די שומערן פּראָדוצירט דאָס דאָזיקע אַלקאָהאָלישע געטראַנק אין די זאַגראָס־בערג, הײַנט דער מערבֿדיקער ראַיאָן פֿון איראַן. אין כינע האָט מען נאָך פֿריִער, מיט 7,000 יאָר צוריק, מחדש געווען אַן אַנדער טעכנאָלאָגיע. אַנשטאָט דעם גערשטן פֿלעגן די אוראַלע כינעזער מאַכן אַ משקה פֿון רײַז און פֿרוכטן.

אין די לעצטע יאָרן האָט מען באַקומען אַ סך נײַע ידיעות וועגן דער פֿאַרצײַטישער ביר־אינדוסטריע. אין אורוק – אויפֿן שטח פֿונעם איצטיקן איראַק, דאָס היימלאַנד פֿון אָבֿרהם אָבֿינו – פֿלעגט מען מיט 5,000 יאָר צוריק באַצאָלן די אַרבעטער־שׂכירות מיט ביר; אַזוי שטייט געשריבן אויף אַ פֿלעקלשריפֿט־טאַבעלע פֿון יענער תּקופֿה. דאָס זעלבע האָבן געטאָן די מיצרים; בײַם אויפֿשטעלן דעם ריזיקן פּיראַמיד אין גיזע האָבן זיי אויסגעטײלט די בויער יעדן טאָג אַ גאַנצן גאַלאָן ביר (4־5 ליטער) צו טרינקען.

ווען און ווי אַזוי איז ביר אָנגעקומען קיין אייראָפּע איז דערווײַל נישט קלאָר. בײַ די גערמאַנישע און קעלטישע שבֿטים איז עס שוין געווען פֿאַרשפּרייט מיט 5,000 יאָר צוריק. דײַטשלאַנד און אירלאַנד מעגן זיך טאַקע באַרימען מיטן דאָזיקן פֿאַקט.  מע ווייסט אָבער נישט, צי די מערבֿ־אייראָפּעער האָבן אומאָפּהענגיק דערפֿונדן דעם דאָזיקן פּראָדוקט, אָדער אימפּאָרטירט עס פֿונעם מיזרח. די עטימאָלאָגיע פֿונעם עצם־וואָרט „ביר‟ איז אויך נישט אינגאַנצן דײַטלעך. מעגלעך, שטאַמט עס פֿונעם זעלבן שורש, ווי דער לאַטײַנישער ווערב bibere – צו טרינקען, פֿאַרגליכן מיטן פֿראַנצויזישן boire. לויט אַן אַנדער השערה, איז עס פֿאַרבונדן מיטן אַלטן גערמאַטישן וואָרט, וואָס האָט געמיינט „גערשטן‟ – פֿאַרגליכן מיט barley אויף ענגליש.