נײַער עפּיזאָד „ייִדלײַף־קריזיס‟ — נעווראָטישע ייִדן און זייערע אויטאָס

New Episode of YidLife Crisis - Neurotic Jews and Their Cars

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published November 19, 2018.

נאָך אַן איבעררײַס פֿון צוויי יאָר לאָזן די יונגע קאַנאַדער קאָמיקער, לייזער באַטאַליאָן און חיימי עלמאָן, ווידער אַרויס נײַע עפּיזאָדן פֿון זייער ייִדיש־שפּראַכיקער אינטערנעץ־סעריע „ייִדלײַף־קריזיס‟. לכּבֿוד סוכּות האָט מען אַרויסגעלאָזט דעם ערשטן עפּיזאָד פֿונעם דריטן סעזאָן, וואָס באַטראַכט אויף אַ ניט־ניכטערן אופֿן די באַציִונג צווישן סוכּות און מאַריוכאַנע.

דעם 20סטן נאָוועמבער גייט אַרויס נאָך אַן עפּיזאָד, וואָס כאָטש ער טראָגט אויך אַזאַ מין „אָנגערייכערט‟ געפֿיל ווי אַ „סטאָנער‟־קאָמעדיע און דערמאָנט אַ פּאָר מינים נאַרקאָטיק, איז ער באמת געווידמעט גרעסערע פּאָליטישע, עטישע און טעאָלאָגישע פֿראַגעס.

עס געפֿעלט ניט חיימי, וואָס לייזער שלעפּט זיך אַרום אין זײַן אַלטן „וואָלוואָ‟־„האָדל‟ און די צוויי חבֿרים קוקן מיט חשק אויף אַ נײַעם „פֿאָלקסוואַגען‟. קיין נײַע אויטאָס וויל לייזער אָבער בשום־אופֿן ניט קויפֿן, ווײַל אַלע אויטאָ־פֿירמעס האָבן „דאָך‟ אַ פֿאַרבינדונג צו אַ היסטאָרישן אַנטיסעמיט. דערפֿאַר בלײַבט ער געטרײַ זײַן אַלטן שוועדישן „וואָלוואָ‟, כאָטש זי זשיפּעט זיך ממש בײַם פֿאָרן.

אַחוץ דער קאָמעדיע גופֿא צייכנט זיך אויס דער עפּיזאָד מיט אַ סך קלוגע ווערטערשפּילן. בײַ געוויסע מאָמענטן פֿונעם ערשטן סעזאָן, פּרובירן די קאָמיקער צו מאַכן ווערטערשפּילן אויף ענגליש און אים פֿאָרשטעלן אין אַ מין ייִנגליש, אָבער דאָס אַרבעט בלויז אויב מע פֿאַרשטייט ביידע שפּראַכן. אין דעם איצטיקן עפּיזאָד האָבן אַ סך פֿון די ווערטערשפּילן אַן עכטן ייִדישן טעם.