אַ שמועס מיט ד״ר יחיאל שיינטוך (דריטער טייל)

In Conversation With Dr. Yechiel Szeintuch (Part III)

פֿון יחיאל שיינטוך

Published November 20, 2018.
Yehuda Blum

פֿ: בײַם אָנהייב פֿון אײַער צײַט אין ישׂראל, וואָס איז געווען דאָס געפֿיל, דאָס אַלגעמיינע געפֿיל צו ייִדיש?

ע: ס’איז אַן אינטערעסאַנטע פֿראַגע. איך מוז ענטפֿערן פֿאַרשטענדלעך נישט פֿון דער פּערספּעקטיוו פֿון הײַנט, נאָר פּרוּוון רעקאָנסטרויִרן וואָס דעמאָלט האָב איך געקלערט און געפֿילט. אַן אַנעקדאָט: ווען איך בין עולה געווען האָב איך געוואָלט לערנען אין העברעיִשן אוניווערסיטעט תּנ״ך און פֿילאָסאָפֿיע. ווען איך בין געקומען אין חיפֿה־פּאָרט מיט נײַן דאָלאַר צי צען דאָלאַר, און איך בין געקומען אין ירושלים, האָב איך גלײַך פֿאַרשטאַנען אַז אויב איך וועל גיין לערנען תּנ״ך און פֿילאָסאָפֿיע, וועל איך זיך נישט קענען מפֿרנס זײַן. האָב איך אָפּגעלאָזן תּנ״ך, און אַוועק לערנען סאָציאָלאָגיע און פֿילאָסאָפֿיע.

אין יענע יאָרן האָט יעדער סטודענט אין העברעיִשן אוניווערסיטעט געדאַרפֿט לערנען מאַטעמאַטיק, צי כעמיע, צי וואָס, און אויך געמוזט לערנען אַ קורס אָדער צוויי פֿון ייִדישקייט. „סוגיה ביהדות‟ האָט מען דאָס גערופֿן. דער אמת איז אַז, נאָך אין אַרגענטינע, אין דער מדרשה העברית וווּ איך האָב זיך געלערנט צו זײַן אַ לערער אין אַ מיטלשול, זײַנען דאָרטן געווען אַ פּאָר לערער וואָס זענען געקומען אין דער מדרשה פֿון ישׂראל, ווי שליחים, צו לערנען מיט אונדז. איינער פֿון זיי איז געווען דאָקטאָר קיל, אַ געאָגראַף, פֿון אַ קיבוץ דאָ אין לאַנד, און ער האָט אונדז איין מאָל געבראַכט אַ טאַשמע מיט אַ רעפֿעראַט פֿון דבֿ סדן, וועגן העברעיִשער ליטעראַטור. און סײַ זײַן קול און סײַ דער אַרט רעדן, איז מיר זייער געפֿעלן. און ווען איך בין געקומען קיין ישׂראל און געדאַרפֿט לערנען עפּעס אַ ייִדישן לימוד, בין איך אַוועק אויף אַ קורס פֿון דבֿ סדן.

בײַם סוף יאָר, האָט מען געדאַרפֿט מאַכן אַן עקזאַמען כּדי צו באַקומען אַ צייכן. בין איך אַוועק אויפֿן עקזאַמען, כ’האָב נישט געהאַט קיין צײַט זיך צוצוגרייטן, ווײַל כ’האָב געלערנט סאָציאָלאָגיע און פֿילאָסאָפֿיע, און כ’האָב געהאַט אַנדערע עקזאַמענס, און ס’איז דאָרטן געווען אַ פֿראַגע וועגן דער טרילאָגיע פֿון שלום אַש. האָב איך אויסגעקליבן צו ענטפֿערן אויף אָט אָ דער פֿראַגע, ווײַל איך האָב געלייענט שלום אַשן אין אַרגענטינע. און איך האָב באַקומען אַ צען. בײַ סאָציאָלאָגיע און פֿילאָסאָפֿיע איז געווען אַ ביסל שווערער. איך האָב נישט געהאַט קיין צענער נאָר ווייניקער. האָב איך באַשלאָסן אין צווייטן יאָר, אַז איך וועל שטודירן פֿילאָסאָפֿיע, סאָציאָלאָגיע, און ייִדיש. בין איך אַוועק צו פּראָפֿעסאָר שמערוק וואָס איז געווען דעמאָלט דער צווייטער לערער אין אָפּטייל, און ער האָט מיר אָנגענומען, האָב איך געלערנט דרײַ קעגנשטאַנדן, אָבער געענדיקט האָב איך ייִדיש און סאָציאָלאָגיע, און פֿילאָסאָפֿיע האָב איך געלערנט צוויי יאָר און פֿון דאָרטן בין איך אַוועק ווײַטער.

לגבי ייִדיש אין ישׂראל דעמאָלט, האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז עס זײַנען דאָ מענטשן וואָס קענען ייִדיש; ס’איז נישט געווען קיין טעמע פֿון פּאָליטישע דיסקוסיעס וועגן ייִדיש. דער וואָס קען קען, דער וואָס קען נישט קען נישט, איך בין נישט געווען באַוווּסטזיניק וואָס פֿאַר אַ דראַמע עס קומט פֿאָר אין מדינת-ישׂראל מיט ייִדיש. איך האָב זיך געדרייט אין אוניווערסיטעט, אָדער בײַ דער אַרבעט, וואָס איז אויך געווען אין אוניווערסיטעט. איך האָב אָנגעהויבן אַרבעטן, נאָך אַ פּאָר פּרוּוון — קאָמישע פּרוּוון, אין העברעיִשן קאַטאַלאָג פֿון דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק. און דאָרטן בין איך געווען דער פֿאַראַנטוואָרטלעכער פֿאַר דער „שיקסע‟. די שיקסע, דאָס איז געווען די שרײַבמאַשין מיט לאַטײַנישע אותיות, ווײַל אין העברעיִשן קאַטאַלאָג זײַנען אַלע געווען שרײַבמאַשינען מיט העברעיִשע אותיות, און איך בין געווען דער וואָס האָט געשריבן מיט דער לאַטײַנישער שרײַבמאַשין. איז קיין גרויסער קאָנטאַקט מיט דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט האָב איך נישט געהאַט, און די קאָנטאַקטן וואָס איך האָב געהאַט, בין איך אָפּגעשפּרונגען אַ פּאָר מאָל, ווײַל איך האָב געזען אַז ס’איז דאָ Incompatibility of characters.

פֿ: און אין גאַס האָט איר גערעדט אַ מאָל ייִדיש?

ע: עס ווענדט זיך מיט וועמען… כ’האָב נישט געהאַט קיין שום פּראָבלעם צו רעדן ייִדיש, אָבער איך שטעל זיך פֿאָר, אויב איך געדענק, אַז אין ישׂראל אין די פֿערציקער און פֿופֿציקער יאָרן - ווען איך בין נישט געווען, דאָ האָט איר זיכער געקענט הערן ייִדיש אין תּל־אָבֿיבֿ און אין גאַס. אין די זעכציקער און זיבעציקער יאָרן, מיין איך אַז אין גאַס איז געווען אַ סך שווערער צו הערן ייִדיש.

פֿ: חנא שמערוק. ווי איז ער געווען פּערזענלעך?

ע: דאָס ווענדט זיך, פֿאַרשטענדלעך, מיט וועמען איר רעדט. מיט מיר איז ער געווען שטענדיק קאָרעקט, און איך האָב פֿאַרשטאַנען אַז מײַן חבֿר וועט ער קיינמאָל נישט זײַן, ווײַל ווען איר האָט אָנגעהויבן ריידן אַ מילימעטער מחוץ דעם קאָנטעקסט פֿון אונדזער געשפּרעך, איז שוין נישט געווען מיט וועמען צו ריידן. אָבער אַלץ וואָס האָט געהאַט צו טאָן מיט אַקאַדעמישע ענינים, איז געווען בסדר גמור, ווי מען זאָגט. פּראָפֿעסאָר שמערוק האָט מיר צוגערוקט צו ווערן דער ערשטער לערער אין אַ מיטלשול אין קריית חיים אין צפֿון-ישׂראל. דאָס הייסט, ער האָט געקענט, פֿאַרשטענדלעך, די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט, און מע האָט אים געקענט. איז אין 66טן יאָר האָט דאָקטאָר אליעזר קגן, וואָס איז געווען דער דירעקטאָר פֿון אַ מיטלשול אין קריית חיים, זיך געווענדט צו פּראָפֿעסאָר שמערוק און האָט אים געזאָגט: איך וויל אײַנשטעלן ייִדיש – ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור אין מײַן מיטלשול. האָט מיר פּראָפֿעסאָר שמערוק פֿאָרגעלייגט די שטעלע, פֿלעג איך במשך צוויי יאָר פֿאָרן, שלאָפֿן צוויי נעכט אין חיפֿה, אָדער בײַ קרובֿים אין עכּו, און געווען אַ לערער פֿון ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור אין קריית חיים אין מיטלשול.

און אַן אַנדער ענין: ווען שז”ר, דער דריטער פּרעזידענט פֿון מדינת-ישׂראל, האָט זיך געווענדט צו פּראָפֿעסאָר שמערוק און אים געזאָגט: „הער זיך אײַן, איך דאַרף האָבן דײַנעם אַ סטודענט, ווײַל איך וויל אַרויסגעבן אַ בוך און איך האָב בײַ מיר אַן אַרטיקל וועגן ייִדיש אין דער ליטעראַטור פֿון רבנישע שאלות און תּשובֿות און איך דאַרף עמעצער זאָל קאָנטראָלירן וואָס איך האָב געשריבן‟. האָט מיר פּראָפֿעסאָר שמערוק געזאָגט: „זײַ אַזוי גוט, דעם און דעם טאָג, גיי צום פּרעזידענט, איך וועל דאָרטן זײַן, מיר וועלן רעדן מיט אים.‟ שז”ר האָט אין זײַן יוגנט זיך געהאָדעוועט אין שטעטל פֿון מײַן באָבען אין סטאָלפּצע (שטייבץ). און ווען שז”ר איז געווען אין אַרגענטינע אין 57סטן יאָר, האָט מען אים געבראַכט אין סעמינאַר פֿאַר לערער, אין אונדזער קלאַס. איז ער אַרײַן אין קלאַסצימער און צום ערשטן מאָל האָב איך אים דעמאָלט געזען. דערנאָך האָט מען דערציילט אין דער משפּחה בײַ אונדז, אַז שז”ר האָט געוואָלט זיך טרעפֿן מיט דער עלטסטער פֿרוי פֿון סטאָלפּצע אין בוענאָס־אײַרעס — דאָס איז געווען מײַן באָבע. אויב ער האָט זיך געטראָפֿן מיט איר אָדער נישט ווייס איך נישט, איך האָב קיינמאָל נישט געפֿרעגט. אָבער ווען איך בין געקומען צום פּרעזידענט מיט פּראָפֿעסאָר שמערוק, האָב איך געהאַט אַ פּראָבלעם: שז”ר זיצט דאָרטן, דאָ איז דער טיש, איך און פּראָפֿעסאָר שמערוק זיצן אַנטקעגן אים… ווי ווענדט מען זיך צו אַ פּרעזידענט פֿון אַ מדינה? „הוד מעלתו נשיא ה…‟ אָדער „כבוד גדולתו‟? כ’ווייס? ווי וועל איך זיך ווענדן צו אים? האָב איך באַשלאָסן אַז איך וועל בעסער שווײַגן און זען וואָס פּראָפֿעסאָר שמערוק וועט טאָן.

הייבט זיך אָן דער געשפּרעך, און פּראָפֿעסאָר שמערוק שטעלט זיך אויף און זאָגט: „תשמע שז”ר‟ [הער זיך אײַן, שז”ר]. האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז ס’זײַנען דאָ אומפֿאָרמאַליטעטן אויך אין אַ פֿאָרמעלער טרעפֿונג. און שז”ר האָט געזאָגט, אַז ער האָט אין יאָר 1931 אָפּגעדרוקט אין ייִוואָ, אין די „פֿילאָלאָגישע שריפֿטן‟ פֿון ייִוואָ, אַן אַרטיקל וועגן ייִדיש אין די שאלות און תּשובֿות פֿון רבנים. פֿאַר וואָס? ווײַל ווען צוויי ייִדן האָבן געהאַט אַ קאָנפֿליקט צווישן זיך, פֿלעגן זיי קומען צו אַ בית־דין. דאָס וואָס מע האָט גערופֿן בית־דין של תלתא, דרײַ דיינים. קומען די ביידע ליטיגאַנטן, און עס זיצט אַ סעקרעטאַר און פֿאַרשרײַבט אַלץ וואָס יעדער איינער פֿון די ליטיגאַנטן זאָגט. און ס’איז דאָ אַ פּרינציפּ, אַז פֿאַרן בית־דין מוזן די ליטיגאַנטן רעדן אין זייער טאָגטעגלעכער שפּראַך, כּדי מע זאָל פֿאַרשטיין פּינקטלעך וואָס עס קומט פֿאָר. און די טאָגטעגלעכע שפּראַך, אין 15טן, אין 16טן, אין 17טן יאָרהונדערט איז געווען ייִדיש. און דער סעקרעטאַר פֿאַרשרײַבט וואָרט בײַ וואָרט. און דערנאָך, ווען אָט די רבנים גיבן אַרויס זייערע ביכער, איז גיבן זיי דעם טעקסט אויף ייִדיש. שז”ר, זײַענדיק אין מאָסקווע איז געווען אין ביבליאָטעקן און אויפֿגעקליבן פֿון די ביכער פֿון די שאלות און תּשובֿות אַלע טעקסטן אויף ייִדיש, אָבער ווען ער איז געזעסן אין בערלין, שוין נישט אין מאָסקווע, האָט ער געהאַט נאָר צעטעלעך. און כּדי אָפּדרוקן דעם אַרטיקל אין די „פֿילאָלאָגישע שריפֿטן‟ פֿון ייִוואָ, האָט ער נישט געקענט גיין און קאָנטראָלירן נאָך אַ מאָל אין ביבליאָטעק. ער האָט נאָר געהאַט צעטעלעך, איז ער נישט געווען זיכער, אויב ער האָט קאָרעקט אַרײַנגעגעבן די טעקסטן, און אַזוי ווי ער האָט געוואָלט אַרויסגעבן אַ נײַעם בוך, „אורי דורות‟ [די ליכט פֿון די דורות], האָט ער געבעטן בײַ מיר איך זאָל גיין אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים, נעמען דעם אַרטיקל פֿון „פֿילאָלאָגישע שריפֿטן‟, און גיין קאָנטראָלירן בײַ די שאלות און תּשובֿות, יעדע זאַך.

בין איך אַוועק אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים, באַשטעלט אַ פּאָר צענדליקער ביכער פֿון רבנישער ליטעראַטור, און איך עפֿן, און עס איז מיר געוואָרן שוואַרץ פֿאַר די אויגן. אַלץ איז געדרוקט מיט כּתבֿ רש”י, קליינע דראָבנינקע אותיותלעך. מײַן מזל איז געווען אַז איך האָב געלערנט אין חדר און אין תּלמוד־תּורה און איך האָב זיך אויסגעלערנט לייענען רש”י. האָב איך אָנגעהויבן קאָנטראָלירן און איך זע אַז שז”ר האָט די תּשובֿות פֿון איין רבֿ פֿאַרשריבן אויפֿן נאָמען פֿון אַ צווייטן רבֿ, איינער וואָס האָט געלעבט צוויי הונדערט יאָר שפּעטער. ער האָט געמאַכט אַזאַ מיש-מאַש, אַז איך האָב געמוזט אָנשרײַבן אַ נײַעם כּתבֿ־יד פֿון נײַנציק זײַטן. און דער בוך, „אורי דורות‟, איז אַרויס אין יאָר 1971 און דאָרטן שטייט געשריבן אַזוי: „איך באַדאַנק‟ — דעמאָלט האָב איך שוין געענדיקט דעם מאַגיסטער, אָבער איך האָב נאָך נישט געשריבן דעם דאָקטאָראַט. איז געשטאַנען: „איך באַדאַנק ד״ר מתּתיהו שיינטוך” (כ׳בין נישט געווען קיין דאָקטאָר, און נישט קיין מתּתיהו), שז”ר האָט מיר אײַנגעלאַדן כּדי מיר געבן במתּנה דעם בוך, און דעמאָלט האָט ער שוין קאָרעגירט און אָנגעשריבן: „לידידי הצעיר ‘יחיאל שיינטוך’ שטרח ובדק ותיקן את גביות העדות באידיש לפי מהדורות שבירושלים — יישר כּח! בתקוות טובות להבא ובהוקרה, זלמן שז”ר‟.

פּראָפֿעסאָר שמערוק האָט געוווּסט, נישט דאָ אין מײַן פֿאַל, נאָר אין אַ סך אַנדערע פֿאַלן, וועמען אָנשטעלן וווּ, כּדי די פֿאָרשונג און דאָס לערנען פֿון ייִדיש זאָל גיין ווײַטער. אַ דאַנק אים און אַ דאַנק סדנען וואָס איז געווען זײַן לערער און אונדזער לערער, האָבן מיר געהאַט במשך פֿון 59 יאָר איינעם פֿון די בעסטע אָפּטיילן אין העברעיִשן אוניווערסיטעט, וואָס האָט באַקומען געלטער פֿון דער גאַנצער וועלט. ווײַל פֿאַר ייִדיש זײַנען מענטשן געווען אש־להבֿה און מע האָט געשטיצט מיט געלטער און אַזוי ווײַטער. ס’איז געווען אַ סענטימענט פֿאַר ייִדיש. אין יאָר 2008 האָט דער דעמאָלטדיקער פּרעזידענט פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט פֿאַרמאַכט דעם אָפּטייל און געשריבן אין זײַנע דערקלערונגען ווי וויכטיק ייִדיש איז, און אַראַביש איז, פֿאַר דעם העברעיִשער אוניווערסיטעט. זינט 2008 ביז אָקטאָבער 2013 איז נישט געווען מער קיין אָפּטייל פֿאַר ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. עס זענען געווען פֿאַרשיידענע לאַטעס און אימפּראָוויזאַציעס וואָס האָבן נישט אָנגעהאַלטן, און הײַנט האָבן מיר, עס רופֿט זיך „תּכנית ליידיש‟, צוזאַמען מיטן תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט: אַ סטודענט וואָס וויל זיך לערנען ייִדיש, האָט נישט קיין מעגלעכקייט צו לערנען אויף אַ באַקולאַראַט, ער דאַרף אָנהייבן קלעטערן אויפֿן באַרג פֿון מיטן באַרג, ס’איז דאָ נאָר „תכנית ל-„M.A. אַ סטודענט דאַרף פֿאָרן איין מאָל אין וואָך קיין תּל־אָבֿיבֿ און לערנען דאָרטן אַ פּאָר קורסן, און איין מאָל אין וואָך קומען אַהער און לערנען אַ פּאָר קורסן, און לאָמיר האָפֿן אַז עפּעס וועט פֿון דעם אַרויס.

פֿ: וואָס איז געשען?

ע: אין יאָר 2008, און וועגן דעם האָט מען שוין גערעדט אַ צען יאָר, איז די באַציִונג צו ייִדיש אין ישׂראל אין 20סטן יאָרהונדערט, פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, געווען אַ לאַטענטע זאַך. און מיר זײַנען צוריקגעגאַנגען צום אָנהייב. בײַם אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט האָט מען געמיינט אַז ייִדיש איז נישט וויכטיק, און אין 2008 האָט דער העברעיִשער אוניווערסיטעט געמיינט אַז ייִדיש אין ניט גענוג וויכטיק. אין מיטן האָט מען געהאַט אַ נס אַז עס איז געווען אַ חוג, במשך 59 יאָר. איך קען נישט די פּרטים, איז מער ווי דאָס קען איך נישט זאָגן כּדי נישט צו מאַכן קיין טעותים און נישט צו רעדן עמאָציאָנעל נאָר פֿאַקטיש. עמעצער וועט אפֿשר אַ מאָל שרײַבן די געשיכטע, סײַ פֿון ייִדיש אין ישׂראל, ווי איר האָט געזאָגט, און סײַ פֿון דעם ייִדיש־אָפּטייל אויפֿן העברעיִשן אוניווערסיטעט, אָבער איך האָב אַ גרויסן ספֿק אויב מע וועט געפֿינען אַלע דאָקומענטן און אויב אַלע מענטשן וואָס מע קען אינטערוויויִרן וועלן זאָגן דעם גאַנצן אמת. ס’איז אַ פֿאַרפֿאַלענע זאַך!

פֿ: מע קען, פֿאַרשטייט זיך, רעדן אַ סך לענגער אָבער איך וויל אײַך פֿרעגן אויב ס’איז דאָ עפּעס וואָס איר ווילט צוגעבן, צו דעם וועגן וואָס מיר האָבן שוין גערעדט?

ע: מיר האָבן נישט גערעדט וועגן וואָס עס קומט פֿאָר פּאָזיטיוו פֿאַרבונדן מיט ייִדיש אין ישׂראל, און עס קומען פֿאָר אַ סך זאַכן. איך קען נאָר קאָנקרעט, פֿאַקטיש און אָביעקטיוו ריידן וועגן דאָס וואָס איך טו, אָבער ס’איז קיין ספֿק נישט אַז אויב איר וועט אינטערוויויִרן די ריכטיקע מענטשן, וועט איר געפֿינען אַ סך פּאָזיטיווע און שעפֿערישע זאַכן וואָס ווערן געטאָן. אפֿשר איין זאַך וועט איר נישט געפֿינען. איך האָב אַ ספֿק צי אין ישׂראל, אין מדינת-ישׂראל, וווּ עס מאַכט נישט אויס אויף וועלכן געביט, אין וועלכער אינסטיטוציע, איך האָב אַ ספֿק צי עמעצער האָט די פֿעיִקייט און דעם געדאַנק און דעם כּוח צו פּלאַנירן וואָס עס זאָל געשען מיט ייִדיש אין דער צוקונפֿט. דאָס הייסט, די פּאָזיטיווע זאַכן וואָס ווערן געטאָן… עס זענען דאָ אַ סך… ווערן געטאָן יעדער אין זײַן ווינקל און ס’איז נישטאָ הײַנט צו טאָג קיין פּערזענלעכקייט וואָס קען אַרום זיך אָדער אַן אינסטיטוציע וואָס קען אַרום זיך קאָאָרדינירן די אמתע כּוחות וואָס עקזיסטירן. אָבער אַ סך זאַכן ווערן געטאָן.

פֿ: איך מיין אַז ס’איז נישטאָ צו פֿיל צײַט, איך וועל פֿאַרענדיקן און פֿרעגן אויב איר האָט אַן עצה אָדער עפּעס צו זאָגן צו איינעם וואָס וויל אַרײַנקומען אין דער ייִדיש־אַקאַדעמישער וועלט?

ע: לגבי ישׂראל, וויל איך דערציילן ערשטנס דאָס וואָס קאַזואָ אועדאַ, אונדזער ערשטער יאַפּאַנישער תּלמיד, האָט געזאָגט, אין די אָנהייב זיבעציקער יאָרן אָדער סוף זעכציקער. ער איז געקומען זיך לערנען ייִדיש, הײַנט איז ער אַ פּראָפֿעסאָר דאַכט זיך מיר פֿון יאַפּאַניש אָבער ער האָט געשריבן צוויי ביכער אויף יאַפּאַניש: איינעם וועגן ייִדישער קולטור און איינעם וועגן ייִדישער גראַמאַטיק, אַלץ אויף יאַפּאַניש. ער איז געקומען דרײַ מאָל אין העברעיִשן אוניווערסיטעט אין דרײַ פֿאַרשיידענע יאָרן, זיך לערנען בײַ אונדז און בײַ מיר. דעם ערשטן מאָל ווען ער איז געקומען, איז ער געווען זייער אַ גוטער תּלמיד, געמאַכט אַלע אוראָקעס - אַלע היימאַרבעטן, און זיך געפֿלײַסט לערנען וואָס מער. דעם צווייטן מאָל זאָג איך אים: “קאַזואָ, האָסט דאָך געלערנט שוין, וואָס…?” האָט ער מיר געזאָגט אַז: “אויב איך וויל פֿאַרשטיין ייִדיש און זיך פֿאַרנעמען מיט ייִדיש, דאַרף איך אויך לערנען העברעיִש. בין איך געקומען אויך לערנען העברעיִש”. גוט. צום דריטן מאָל אין די אַכציקער יאָרן אַז ער איז געקומען צו מיר לערנען, זאָג איך אים: “נו, און איצטער?” זאָגט ער: “הער זיך אײַן, פֿריִער האָט מען מיר געזאָגט אַזוי: אַז אויב איך וויל לערנען ייִדיש, דאַרף איך קענען העברעיִש, איצטער זאָגט מען מיר: אויב איך וויל קענען ייִדישע ליטעראַטור, מוז איך זיך לערנען חסידות, און איך מוז לערנען קבלה, ייִדישע געשיכטע און אַזוי ווײַטער”. און ער זאָגט: “דאָס איז אַזוי ווי אַן אָניאָן. ווי אַזוי זאָגט מען אַן אָניאָן אויף ייִדיש? יאָ, אָט אָ דער ענין פֿון ייִדיש און יודאַיִסטיק איז ווי אַ ציבעלע, דו נעמסט אַראָפּ איין שיכט, איז דאָ נאָך אַ שיכט, און נאָך אַ שיכט, און נאָך אַ שיכט, ייִדיש איז אַ מאָדנע זאַך!” זאָגט ער. מע דאַרף אַזוי פֿיל לערנען. איז מײַן עצה איז אַז דער וואָס וויל לערנען ייִדיש אין ישׂראל, האָט אַ פֿאַנטאַסטישע מעגלעכקייט, ווײַל אין העברעיִשן אוניווערסיטעט און אויך אין אַנדערע אוניווערסיטעטן אין מדינת־ישׂראל האָט ער פֿאַרשיידענע יודאַיִסטישע דעפּאַרטאַמענטן, און ער קען סײַ לערנען ייִדיש און סײַ אַלע קעגנשטאַנדן פֿון יודאַיִסטיק וואָס האָבן צו טאָן מיט ייִדיש. און ייִדיש האָט צו טאָן טאַקע מיט אַלץ. פֿאַר וואָס און ווי אַזוי, דאָס איז שוין אַ לאַנגע מעשׂה. און אויף דער וועלט, שטעל איך זיך פֿאָר, די זעלבע זאַך, דאָס הייסט, דער וואָס וויל לערנען ייִדיש, מוז אויך לערנען העברעיִש און יודאַיִסטישע לימודים. אין ישׂראל איז דאָס לײַכטער ווײַל אין זעלבן אוניווערסיטעט, אין זעלבן בנין אָדער אין בנין לעבן דעם, האָט איר די קורסן. אין אַמעריקע אָדער אין אַנדערע אוניווערסיטעטן איז דאָס אפֿשר שווערער. דאָ האָבן מיר אַ קאָנצענטראַציע פֿון יודאַיִסטישע לימודים.

דורכגעפֿירט אין ירושלים, זומער 2014