אין אָנדענק פֿון ברכה קאַפּח ע״ה

Recalling Bracha Kapach, of Blessed Memory

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published November 20, 2018.
רביצין ברכה קאַפּח.
Youtube
רביצין ברכה קאַפּח.

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט דער מכירת־יוסף. מיינענדיק לשם־שמים, ווי עס דערקלערן די חז״ל, האָבן יעקבֿ אָבֿינוס זין פֿאַרקויפֿט זייער ברודער יוסף ווי אַ שקלאַף אין מצרים. אַ גרויסע ראָלע שפּילן אויך אין דער סדרה קאָנטראָווערסאַלע מעשׂיות מיט צוויי פֿרויען: פּוטיפֿרס פֿרוי און תּמר.

ווען יוסף האָט באַדינט פּוטיפֿרן, אַ הויכראַנגיקן מיצרישן באַאַמטן, האָט פּוטיפֿרס ווײַב געפּרוּווט איבערצורעדן יוספֿן מיט איר צו זינדיקן. יוסף האָט זיך אָפּגעזאָגט און צוליב אירע קונצן האָט מען אים אַרײַנגעזעצט אין תּפֿיסה. שפּעטער האָט יוסף אָבער חתונה געהאַט מיט איר טאָכטער אָסנת.

תּמר האָט לכתּחילה געוואָלט האָבן אַ קינד פֿון יהודהס דריטן זון, נאָר ס׳איז נישט געגאַנגען. האָט זי זיך געגעבן אַן עצה, האָבנדיק אַ גוטע כּוונה אין זינען. פֿאַרשטעלט ווי אַ זונה, האָט זי פֿאַרפֿירט יהודהן און אַזוי אַרום באַקומען צוויי זין — אַ צווילינג, זרח און פּרץ. פֿון פּרץ שטאַמט די משיחישע דינאַסטיע פֿון דוד המלך.

דעם הײַנטיקן שבת פֿאַלט אויך אויס דער פֿיפֿטער יאָרצײַט פֿון אַן אָנגעזעענער ירושלימער פֿרוי פֿון תּימן, ברכה קאַפּח (1922-2013). איר לעבן איז אויך געווען פֿאַרבונדן מיט אַ שטיקל קאָנטראָווערסיע — בשום־אופֿן נישט צוליב איר אַליין, נאָר צוליב איר מאַנס משפּחה.

אינעם יאָר 1931 איז אין תּימן ניפֿטר געוואָרן רבי יחיא קאַפּח (קאַפֿיך, לויט דער תּימנער הבֿרה), דער גרינדער פֿון דער קאָנטראָווערסאַלער ראַציאָנאַליסטישער באַוועגונג „דור דעה‟, וואָס באַטראַכט דעם רמב״ם ווי די גרעסטע אויטאָריטעט און באַציט זיך מיט אַ בפֿירושער שׂינאה צו קבלה. צוליב דעם האַלטן אים אַ סך חרדישע רבנים פֿאַר אַ געפֿערלעכן אַפּיקורס.

נאָך יחיא קאַפּחס פּטירה איז זײַן אייניקל, יוסף, געבליבן אַ יתום; יוספֿס טאַטע איז דערהרגעט געוואָרן, ווען זײַן זון איז געווען איין יאָר אַלט. צוליב דער דערמאָנטער קבלה־קאָנטראָווערסיע, האָבן די שׂונאים געמסרט דאָס קינד צו דער רעגירונג; לויט די תּימנער געזעצן פֿון יענער צײַט, האָט אַ פֿאַרלאָזטער יתום געמוזט דערצויגן ווערן ווי אַ מוסולמענער. כּדי צו ראַטעווען דאָס ייִנגל, האָט זײַן קוזינע ברכה, דעמאָלט אַן 11־יאָריק מיידל, באַשלאָסן מיט אים חתונה צו האָבן. אַ זיווג אַפֿילו אין אַ ייִנגערן עלטער איז נאָך אַלץ געזעצלעך אין תּימן.

שפּעטער איז ער טאַקע געווען אַ גרויסער רבֿ, אַ מחבר פֿון צענדליקער ספֿרים און איבערזעצער פֿון אַ גאַנצער ריי ייִדיש־אַראַבישע ווערק אויף לשון־קודש.

אינעם יאָר 1943 האָט דאָס פּאָרפֿאָלק, אין איינעם מיט זייערע דרײַ קינדער, זיך געלאָזט פֿאָרן אויף אייזלען קיין ארץ־ישׂראל. אויפֿן לאַנגן שווערן וועג איז געשטאָרבן איינער פֿון אירע זין. ווי איינע וואָס האָט גוט געוווּסט פֿון אָרעמשאַפֿט און נע־ונד, האָט זי דאָס גאַנצע לעבן גענומען צום האַרצן די צרות פֿון אַלע מינים בעטלערס — אַפֿילו אַזעלכע, וואָס וואָלטן אָפּגעשראָקן אַ דורכשניטלעכן מענטש ווי, למשל, היימלאָזע נאַרקאָמאַנען און פּראָסטיטוטקעס, וואָס זי האָט אַלעמאָל אַרײַנגעלאָזט צו זיך אין שטוב, כּדי זיי אַרויסצוהעלפֿן.

במשך פֿון מער ווי 50 יאָר האָט ברכה קאַפּח אָנגעפֿירט מיט אַ צאָל חסד־אָרגאַניזאַציעס, באַזאָרגנדיק טויזנטער אָרעמע לײַט מיטן שפּײַז לכּבֿוד שבת און יום־טובֿ, געגעבן צדקה, געהאַלטן אין איר שטוב אַ גאַנצן גמ״ח פֿון כּלה־קליידער. צוליב איר טעטיקייט האָט זי אין 1999 באַקומען דעם חשובֿן „ישׂראל־פּריז‟.

בײַ די תּימנער ייִדן איז זי געווען באַקאַנט פּשוט ווי „הרבנית‟ (די רביצין). מע דערציילט, אַז צוליב דער קאָנטראָווערסיע אַרום דעם זיידן פֿון איר מאַן, הרבֿ יוסף קאַפּח, האָט דער בית־דין בײַ אים געפֿאָדערט צו שווערן, אַז ער האָט נישט קיין שײַכות צו דער אַנטי־מיסטישער באַוועגונג „דור דעה‟. פֿון דעסט וועגן, איז אויף אים געבליבן אַ פֿלעק פֿון קאָנטראָווערסיע; ס׳קאָן זײַן, אַז אין אַ געוויסער מאָס האָט ער מסכּים געווען מיט זײַן זיידנס שיטה. להיפּוך, האָט די רביצין זיך קונה־שם געווען ווי אַ וווּנדערלעכע פּערפֿעקטע מסירת־נפֿשדיקע חסד־פֿרוי.

אַמאָל איז, למשל, אין איר געגנט אויסגעבראָכן אַ שׂרפֿה. די רביצין ברכה האָט זיך אַרײַנגעריסן אינעם ברענענדיקן הויז און געטראָפֿן דאָרטן אַן אַלטן מאַן — זעט אויס, אַ שטאַרק דערשלאָגענעם — וועלכער איז געלעגן אין בעט און געזאָגט, אַז ער וויל שטאַרבן אין פֿײַער. נישט געקוקט אויף דער גרויסער סכּנה און זײַענדיק אַ קליינע נידערוווּקסיקע פֿרוי, האָט זי אים אַליין אַרויסגעשלעפּט אין דרויסן. זאָל איר נשמה האָבן אַן עליה!



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.