קאָנצערט פֿון לידער אינספּירירט פֿון „שיר השירים‟ בײַם „ייִוואָ‟

Concert at YIVO Inspired by the "Song of Songs" at YIVO

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 20, 2018.
YIVO Institute

במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר האָט דער „ייִוואָ‟ מערקווירדיק פֿאַרברייטערט די גאַמע קאָנצערטן, וואָס ער אָרדנט אײַן. אַחוץ די געוויינטלעכע קאָנצערטן פֿון ייִדישער פֿאָלקסמוזיק, קלעזמער־, און קונסטלידער, הערט מען איצט אויך סך קלאַסישע מוזיק און אָפּערע. אַ דאַנק דעם וואָס עס אַרבעטן פֿאַר דער אינסטיטוציע ניט איינער, נאָר צוויי קאָמפּאָזיטאָרן פֿון הײַנטצײַטיקער קלאַסישער מוזיק און אָפּערע, קען דער „ייִוואָ‟ צונויפֿשטעלן פּראָגראַמען אויף זייער אַ הויכן ניוואָ, סײַ וואָס שייך דעם אויסקלײַב פֿון לידער, סײַ וואָס שייך די מוזיקער און אַרטיסטן, וועמען מע פֿאַרבעט אויפֿצוטרעטן.

דאָנערשטיק, דעם 6טן דעצעמבער, וועט מען פֿאָרשטעלן אַ קאָנצערט פֿון אָפּערע, קונסטלידער, טעאַטער־לידער און קלאַסישער מוזיק, וואָס בינדט צונויף אַ ריי קאָמפּאָזיציעס אינספּירירט פֿון „שיר השירים,‟ איינער פֿון די מגילות פֿון תּנ׳׳ך וואָס מע זאָגט אַז דער מחבר איז שלמה המלך. אינעם קאָנצערט „זיס איז דײַן קול‟, וועט מען זינגען לידער אויף ייִדיש, ענגליש, העברעיִש, רוסיש, דײַטשיש און לאַטײַניש. די מוזיק וועט אַרײַננעמען ווערק פֿון אַזעלכע קלאַסישע קאָמפּאָזיטאָרן ווי באַך און מאָנטעווערדי; ניו־יאָרקער קאָמפּאָזיטאָרן פֿאַרן ייִדישן טעאַטער יוסף רומשינסקי, אַרנאָלד פּערלמוטער און הערמאַן וואָל; און קאָמפּאָזיטאָרן פֿאַרבונדן מיט דער „געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלק־מוזיק‟ אין פּעטערסבורג. דערצו וועט מען הערן בײַ דער געלעגנהייט נײַע קאָמפּאָזיציעס פֿון צוויי הײַנטצײַטיקע קאָמפּאָזיטאָרן — לאָרען לאָיאַטשאָנאָ און נעמה זיסער.

אויפֿן קאָנצערט וועלן אויפֿטרעטן נײַן אַרטיסטן — פֿיר זינגער, אַ פּיאַנע־שפּילער, אַ פֿידלער, אַ וויאָלע־שפּילער, אַ טשעלאָ־שפּילער און אַ פּײַקלער.

די פּראָגראַם הייבט זיך אָן 7 אַ זייגער אין אָוונט. בילעטן (10$ פֿאַר „ייִוואָ‟־מיטגלידער און 15$ פֿאַרן ברייטן עולם) קען מען באַשטעלן דאָ.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.