ניטאָ מער אַל גרענד, איבערזעצער פֿון גילבערט און סאָליווען

Al Grand, Translator of Gilbert and Sullivan into Yiddish, Has Died

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published November 26, 2018.

אַל גרענד, דער ליבהאָבער פֿון ייִדיש און די הומאָריסטישע אָפּערעטעס פֿון גילבערט און סאָליווען איז לעצטנס ניפֿטר געוואָרן צו 88 יאָר. גרענדס ייִדישע אַדאַפּטאַציעס זענען געוואָרן אַזוי פּאָפּולער, אַז ער האָט געשאַפֿן אַן אייגענעם רעפּערטואַר־טעאַטער זיי פֿאָרצושטעלן.

אַ זון פֿון רוסישע ייִדישע אימיגראַנטן, איז גרענד אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער היים אין ברוקלין. ווי אַ קינד האָט ער ליב געהאַט סײַ די ענגלישע און אַמעריקאַנער ליטעראַטורן, איבערהויפּט די ווערק פֿונעם פּאָעט וויליאַם וואָרדסוואָרט, סײַ די ייִדישע פֿאָלקסלידער וואָס ער האָט זיך געלערנט בײַ טאַטע־מאַמע. צוליב זײַן ליבשאַפֿט פֿאַרן געשריבענעם וואָרט, איז ער געוואָרן אַ לערער אין די עפֿנטלעכע שולן אין ראָזדייל, קווינס. זינט 1965 איז ער געווען אַ תּשובֿ פֿון נאָרט־בעלמאָר, אַ פֿאָרשטאָט פֿון ניו־יאָרק, ניט ווײַט פֿון די שולן אין קווינס וווּ ער האָט געאַרבעט.

גרענדס קאַריערע ווי אַ ייִדישער איבערזעצער, פּראָדוצענט און זינגער האָט זיך אָנגעהויבן צופֿעליקערהייט. אין 1970 איז ער, ווי אַ צײַטפֿאַרטרײַב, געוואָרן אַ מיטגליד פֿון אַ רעפּערטואַר־טעאַטער־טרופּע אין לאָנג־אײַלענד, וואָס שטעלט אויסשליסלעך פֿאָר די ווערק פֿון די בריטישע דראַמאַטורגן און ליברעטיסטן וויליאַם גילבערט און אַרטור סאָליווען. כאָטש אַ טייל פֿון גילבערט און סאָליווענס ווערק, איבערהויפּט זייערע הומאָריסטישע אָפּערעטעס „די שיף פּינאַפֿאָרע‟, (H.M.S. Pinafore) „די ים־גזלנים‟ (The Pirates of Penzance) און „דער מיקאַדאָ‟ (The Mikado) בלײַבן נאָך אַלץ שטאַרק פּאָפּולער, איז עס ניט אָנגעקומען גרינג דער טרופּע צו פֿאַרדינען געלט דערפֿון. האָט מען אָרגאַניזירט אַ צאָל בענעפֿיטן און אין 1977 האָט אַל גרענד אויסגעטראַכט אַ נײַעם אופֿן צוצוציִען אַן עולם אויף אַזאַ בעניפֿיט־אָוונט.

אין זײַן פּערזענלעכן אַרכיוו פֿון ייִדישע לידער האָט זיך געפֿונען אַ פּלאַטע מיטן נאָמען „דער שירץ‟, וואָס איז געווען אַ פֿאַרקירצער נוסח פֿון דער פּיעסע „די שיף פּינאַפֿאָרע‟ אויף מאַמע־לשון. גרענד האָט זיך פֿאַרבונדן מיט דער איבערזעצערין מרים וואַלאָוויט, און באַקומען פֿון איר די רעכט צו פֿאַרוואַנדלען איר איבערזעצונג אין אַ פֿולן ליברעטאָ. גרענד האָט געלערנט זײַנע מיטשפּילדער ווי אַזוי אַרויסצורעדן זייערע רעפּליקן אויף ייִדיש און האָט ווײַטער באַאַרבעט די פּיעסע.

די פּרעמיערע פֿון דער ייִדישער „פּינאַפֿאָרע‟ האָט אַזוי אויסגענומען בײַם עולם, אַז שילן און ייִדישע קהילה־צענטערס איבערן גאַנצן ראַיאָן האָבן אָנגעהויבן צו פֿאַרבעטן די טרופּע זי פֿאָרצושטעלן. האָט די טרופּע זיך צעטיילט אויף צוויי. איין גרופּע האָט ווײַטער געשפּילט דעם אָריגינעלן ליברעטאָ פֿון גילבערט און סאָליוואַן און די צווייטע גרופּע — דעם ייִדיש־שפּראַכיקן נוסח. אַ טרופּע קען אָבער ניט אָנגיין אויף אייביק אויפֿן סמך פֿון בלויז איין פּיעסע. האָט גרענד באַקומען די רעכט צו מרים וואַלאָוויטס ייִדישן נוסח פֿון „דער מיקאַדאָ‟ און דערנאָך אַליין איבערגעזעצט The Pirates of Penzance. זײַן „ים־גזלנים‟ איז געווען אַזוי פּאָפּולער, אַז די „פֿאָלקסבינע‟ האָט אים אין 1996 פֿאָרגעשטעלט מיט אַ פּראָפֿעסיאָנעלן אַנסאַמבל. די אויפֿפֿירונג האָט באַקומען אַ גלענצנדיקע רעצענזיע פֿונעם „ניו־יאָרק־טײַמס‟, וואָס האָט געלויבט גרענדס איבערזעצונג. די ייִדישע אָפּערעטע איז טאַקע נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ drama-desk־פּרעמיע.

אַחוץ די פּיעסעס פֿון גילבערט און סאָליווען האָט גרענד אויך איבערגעזעצט צענדליקער פּאָפּולערער אַמעריקאַנער און בריטישע לידער אויף ייִדיש, אַרײַנגערעכנט לידער פֿון די „ביטלס‟ און אירווינג בערלין. זײַן איבערזעצונג פֿונעם ליד „איבער דעם רעגנגבויגן‟ איז געוואָרן פּאָפּולער אין די לעצטע יאָרן.

גרענד האָט פֿאַראָבֿלט זײַן פֿרוי פֿון 65 יאָר — אַרלין בן־צבֿי־גרענד, און זײַנע קינדער דוד, דזשאָו און ליסאַ.