מע זוכט אַ ייִדיש־קענער צו קאַטאַלאָגירן אינטערוויוען

Yiddish Speaker Sought to Catalog Interviews

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published November 29, 2018.
מע באַאַרבעט אַן אינטערוויו פֿון געשיכטע־בעל־פּה בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער.‟
Yiddish Book Center
מע באַאַרבעט אַן אינטערוויו פֿון געשיכטע־בעל־פּה בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער.‟

צי זענט איר אַ ייִדיש־קענער, וואָס וויל אַרבעטן מיט ווידעאָס אויף מאַמע־לשון? דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ זוכט איצט אַ מענטש צו אַרבעטן אינעם „פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה אינטערוויוען אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה וועקסלער.‟

במשך פֿון די 10 יאָר זינט קריסטאַ וויטני האָט אָנגעהויבן צו אינטערוויויִרן מענטשן וועגן זייער לעבן און פֿאַרבינדונג צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, איז איר פּראָיעקט געוואַקסן פֿון אַ טיילצײַטיקער אַרבעט פֿון איין מענטש ביז אַ ריזיקער פֿולצײַטיקער פּראָגראַם פֿון עטלעכע אָנגעשטעלטע, וואָס אינטערוויִרן מענטשן איבער דער גאָרער וועלט.

ביז איצט האָט מען שוין אינטערוויויִרט 875 מענטשן — עלטערע ייִדן; די קינדער פֿון ייִדישע שרײַבער, און דער פּני פֿון דער הײַנטיקער ייִדיש־וועלט. ספּעציעל וויכטיק פֿאַר צוקונפֿטדיקע היסטאָריקער איז דער פֿאַקט, וואָס דער פּראָיעקט האָט באַוויזן צו פֿאַראייביקן די זכרונות פֿון אַ סך אָנפֿירנדיקע קולטור־טוער פֿונעם עלטערן דור, איידער זיי זענען ניפֿטר געוואָרן.

צוליב דעם וואָס מע האָט שוין פֿילמירט טויזנטער שעהען פֿון אינטערוויוען דאַרף מען איצט אויסאַרבעטן אַ סיסטעם אויסצוסדרן די גאַנצע אינפֿאָרמאַציע, מע זאָל קענען געפֿינען די פּינקטלעכע מאָמענטן פֿון די אינטערוויוען, אין וועלכע מע רעדט אַרום אַ געוויסע טעמע, וואָס איז רעלעוואַנט דעם אינטערנעץ־באַניצער. פֿאַראַיאָרן האָט דער פּראָיעקט באַקומען אַ סובווענץ פֿון 270,000$ פֿונעם NEH (אַמעריקאַנער נאַציאָנאַלן עלמות־פֿאָנד) אונטערצושטיצן דאָס שאַפֿן טראַנסקריפּטן און זוכצעטלעך פֿון די אינטערוויוען. מע האָט שוין געמאַכט 400 פֿולע טראַנסקריפּטן פֿון ענגליש־שפּראַכיקע אינטערוויוען, מע זאָל קענען מיט דער צײַט אויסזוכן אַ געוויס וואָרט צי נאָמען, און געפֿינען די פּינקטלעכע סעקונדע, ווען עס ווערט דערמאָנט אין אַן אינטערוויו. איצט גייט מען אַריבער אויף די 282 ייִדיש־שפּראַכיקע אינטערוויוען.

להיפּוך צו די ענגליש־שפּראַכיקע אינטערוויוען וועט מען פֿון די ייִדישע ניט מאַכן קיין פֿולע טראַנסקריפּטן; עס זענען פּשוט ניט פֿאַראַן גענוג מענטשן וואָס קענען טאָן די אַרבעט. מע וועט אָבער יאָ מאַכן פּרטימדיקע זוכצעטלעך, מע זאָל קענען געפֿינען דעם מאָמענט, ווען עס ווערט דערמאָנט אַ געוויסע טעמע. מע וועט דערצו שאַפֿן פֿאַר יעדן אינטערוויו רשימות אויף ייִדיש און ענגליש פֿון אַלע טערמינען און נעמען פֿאַרבונדן מיטן אינטערוויו, ווי אויך פּרטימדיקע קיצורים.

כּדי דאָס אַלץ צו פֿאַרווירקלעכן זוכט מען איצט אַ ייִדיש־קענער צו אַרבעטן פֿאַרן פּראָיעקט אויף אַ יאָר ווי אַ סטיפּענדיאַט. דער קאַנדידאַט דאַרף קענען פֿליסיק לייענען און שרײַבן ייִדיש און ענגליש; און האָבן אַ חוש פֿאַר רעדאַקטיר־אַרבעט און וויסן ווי אַזוי צו אַרבעטן מיט דיגיטאַלע אַרכיוון.

אַפּליקאַציעס אויף דער שטעלע קען מען אָנגעבן ביזן 7טן יאַנואַר דורך דער וועבזײַט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟.