אַכטונג ייִדיש־פֿאָרשער — דער ווינער אוניווערסיטעט זוכט אַ ייִדיש־פּראָפֿעסאָר

Attention Yiddish Scholars: Vienna University is Seeking a Yiddish Professor

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 30, 2018.
דער ווינער אוניווערסיטעט
Vienna University
דער ווינער אוניווערסיטעט

ס׳איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד אַז אַ גראַדויִר־סטודענט וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור קען ניט פֿאַרלאָזן אויף דעם, אַז ער אָדער זי זאָל אַמאָל געפֿינען אַ פֿולצײַטיקע שטעלע מיט חזקה. אַז מע וויל באַקומען אַזאַ זעלטענעם ייִדיש־פּאָסטן, מוז מען זיך אויך פֿאַרנעמען מיט אַ פֿאַרבונדענעם אַקאַדעמישן געביט ווי פֿאַרגלײַכליקע ליטעראַטור, דײַטשישע לימודים, העברעיִש, לינגוויסטיק, אָדער ייִדישע געשיכטע, און זוכן נאָך שטעלעס אין אַלע לענדער.

ניט קיין חידוש דערפֿאַר, וואָס עס האָט זיך אַזוי גיך פֿאַרשפּרייט צווישן די יונגע ייִדיש־פֿאָרשער אויף „פֿייסבוק‟ די ידיעה, אַז דער ווינער אוניווערסיטעט זוכט אַ פֿולצײַטיקן פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש. ווי עס פֿירט זיך אין די דײַטשיש־רעדנדיקע לענדער, וויל מען אַן עקספּערט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און שפּראַך, וואָס פֿאָרשט אויס די אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור־געשיכטע וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט יענע מקומות. בפֿירוש זוכט מען אַ פֿאָרשער, וואָס קען די ייִדישע ליטעראַטור פֿונעם גאַנצן 19סטן יאָרהונדערט בכלל, און די ליטעראַטור וואָס מע האָט אָנגעשריבן אין די טעריטאָריעס פֿון דער האַפּסבורגער קעניגרײַך בפֿרט.

דער פּאַסיקער קאַנדידאַט מוז אויך קענען שאַפֿן אַ לערנפּלאַן פֿאַר סטודענטן וואָס ווילן זיך לערנען וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס מע האָט געשריבן אין מערבֿ־אייראָפּע און די מערבֿ־אייראָפּעיִשע דיאַלעקטן פֿון ייִדיש. אחרון אחרון חבֿיבֿ, מוז דער קאַנדידאַט גוט קענען דײַטש און די דײַטשישע ליטעראַטור.

כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע און אָנצוגעבן אויפֿן פּאָסטן באַזוכט די וועבזײַט פֿונעם ווינער אוניווערסיטעט.