באַלערנדיקער אַרטיקל וועגן ייִדן אין קאָסמאָס — אויף ייִדיש

Informative Article About Jewish Astronauts - in Yiddish

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published December 03, 2018.
יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ ווײַזט דעם ייִדישן אות “אַלף” בעת איר שמועס מיט אַ קינסטלער פֿון מאַגאַדאָן, אַ שטאָט אינעם רוסלענדישן צפֿון־מיזרח, בײַם “מיזרחדיקן עקאָנאָמישן פֿאָרום” אין וולאַדיוואָסטאָק, סעפּטעמבער 2018.
Elena Sarashevskaya
יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ ווײַזט דעם ייִדישן אות “אַלף” בעת איר שמועס מיט אַ קינסטלער פֿון מאַגאַדאָן, אַ שטאָט אינעם רוסלענדישן צפֿון־מיזרח, בײַם “מיזרחדיקן עקאָנאָמישן פֿאָרום” אין וולאַדיוואָסטאָק, סעפּטעמבער 2018.

דעם 17טן אָקטאָבער איז אין דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ דערשינען אַ לאַנגער אַרטיקל, אויף ייִדיש, וועגן ייִדישע אַסטראָנויטן, אָנהייבנדיק פֿונעם סאָוועטישן פּאָלקאָווניק באָריס וואָלינאָוו, וועלכער איז צום ערשטן מאָל געפֿלויגן אין קאָסמאָס אינעם יאָר 1969, ביזן קאַנאַדער אַנסטראָנויט גרעגאָרי טשאַמיטאָף, וועלכער האָט געבראַכט צוויי מזוזות אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָסמאָס־סטאַנציע אין 2008.

יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ, די מחברטע פֿונעם אַרטיקל און די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון דער צײַטונג, באַשרײַבט אַלע היסטאָרישע און וויסנשאַפֿטלעכע פּרטים אויף אַ גוטן ליטעראַרישן ייִדיש. אירע שפּראַכלעכע חידושים זענען גאַנץ באַלערנדיק פֿאַר אַ מאָדערנעם ייִדישן שרײַבער. בין איך געווען צופֿרידן, אַז עמעצער שרײַבט הײַנט אויף „קאָסמישע טעמעס‟ און שרײַבט דווקא באַטעמט.

אין פֿאַרגלײַך מיט מײַנע וויסנשאַפֿטלעך־טעמיקע אַרטיקלען, אָריענטירטע פֿאַרן אַמעריקאַנער עולם, באַנוצט זיך סאַראַשעווסקאַיאַ אָפֿט מיט דער סאָוועטישער טערמינאָלאָגיע. למשל, זי דערמאָנט פֿסס״ר און פֿש״אַ – די אָפֿיציעלע ראָשי־תּיבֿות פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן לויטן סאָוועטישן ייִדיש־סטאַנדאַרט. און פֿאַרן אַמעריקאַנער „שאָטל‟, למשל, נוצט די מחברטע אַן אייגנאַרטיקן טערמין: צופֿלי־שיפֿל.

פֿון וואַנען נעמט זיך אַזאַ גוטער ייִדיש בײַ אַ יונגער ביראָבידזשאַנער זשורנאַליסטקע, געבוירן אין 1976? הגם סאַראַשעווסקאַיאַ באַמערקט בײַם סוף, אַז זי האָט בלויז איבערגעזעצט דעם אַרטיקל, פֿאָדערט דאָס עצם־שרײַבן אויף אַזאַ ספּעציפֿישער טעמע אַן ערנסטע שפּראַך־קענטעניש. די ייִדישע אויטאָנאָמישע געגנט מיטן צענטער אין דער שטאָט ביראָבידזשאַן איז אַמאָל געווען איינער פֿון די וויכטיקסטע ייִדיש־צענטערס אין דער וועלט. הײַנט וווינען דאָרט צום מערסטן 2,000 ייִדישע תּושבֿים; על־פּי־רובֿ קענען זיי נישט קיין ייִדיש.

אינעם שמועס מיט אונדזער צײַטונג האָט די מחברטע איבערגעגעבן, אַז ייִדיש האָט זי זיך אויסגעלערנט טאַקע אין ביראָבידזשאַן, אין די 1990ער יאָרן. דעמאָלט איז אינעם אָרטיקן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. איצט הייסט ער „דער מלוכישער אוניווערסיטעט פֿונעם אויפֿן נאָמען פֿון שלום־עליכם‟. נישט געקוקט אויף דעם נאָמען, לערנט מען הײַנט דאָרטן נישט קיין ייִדיש.

כאָטש זי איז נישט קיין ייִדישע האָט סאַראַשעווסקאַיאַ זיך שוין פֿון לאַנג פֿאַרליבט אין דער שפּראַך. מיט אַ יאָר צוריק האָט זי זיך באַטייליקט אין דער זומער־פּראָגראַם בײַם ייִוואָ־אינסטיטוט אין ניו־יאָרק. די מחברטע גיט צו, אַז דער בעסטער „אומזיסטער לערער‟ בלײַבט בײַ איר דער קלאַסישער ליטעראַרישער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟.

הײַנט לערנט מען ייִדיש אין אַ ביראָבידזשאַנער קינדער־גאָרטן און אַ ביסל אין אַ מיטל־שול — אָבער נישט ווי אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער בילדונג־פּראָגראַם. דער שאַנס זיך אויסצולערנען דאָרטן די שפּראַך ווי געהעריק איז אַ קליינער. סאַראַשעווסקאַיאַ פֿירט אַן אייגענעם ייִדיש־קורס אין דער שטאָט. „צו מאָל קומען 17 תּלמידים,‟ זאָגט זי. „צו מאָל בלויז 7.‟

ביראָבידזשאַן פֿאַרנעמט נאָך אַלץ אַן אוניקאַל אָרט אין דער ייִדיש־וועלט. די געגנט — געאָגראַפֿיש גרעסער, צום בײַשפּיל, ווי ניו־דזשערזי אָדער מאַסאַטשוסעטס — בלײַבט אָפֿיציעל פֿאַררעכנט ווי אַ ייִדישע, פֿאַרבונדן אין פּרינציפּ מיט דער ייִדישער שפּראַך. די וועכנטלעכע צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟, געגרינדעט אין 1930, גייט איצט אַרויס אויף רוסיש, אָבער אַנטהאַלט אַ שטענדיקן ייִדישן אָפּטייל אויף צוויי זײַטן. אַלע מאַטעריאַלן זענען אויך צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ.

הגם די רעדאַקטאָרין איז די איינציקע אָרטיקע ייִדיש־שרײַבערין, ווערן אין דער צײַטונג געדרוקט אַרטיקלען פֿון באַקאַנטע מחברים ווי באָריס סאַנדלער, וועלוול טשערנין, ניקאָלײַ באָראָדולין און לעוו בערינסקי. אַגבֿ, נישט לאַנג צוריק איז אין ביראָבידזשאַן אַרויס סאַנדלערס קינדער־בוך „העלפֿאַנד עלי און קלעפּטשיק־בעבטשיק‟, איבערגעזעצט דורך סאַראַשעווסקאַיאַ אויף רוסיש און באַגלייט מיט צייכענונגען פֿון אָרטיקע קינדער.

די רעדאַקטאָרין איז מסכּים מיט מײַן פּערזענלעך געפֿיל, אַז אין מיזרח־אייראָפּע שפּירט זיך איצט אַ שטײַגנדיקער אינטערעס צום ייִדיש־לשון. אין ביראָבידזשאַן קאָן מען דערצו אַנטוויקלען אַ באַזונדערן מין „ייִדיש־טוריזם‟. באַזוכער פֿון פֿאַרשיידענע לענדער קומען צומאָל אין דער שטאָט און דער אַרומיקער געגנט, כּדי צו זען די אַלטע ייִדישע אויפֿשריפֿטן אויף דער גאַס און אַנדערע סימנים פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן.

די ביראָבידזשאַנער ליובאַוויטשער קהילה האָט לעצטנס אויך אַרויסגעוויזן אַ געוויסן אינטערעס צו ייִדיש־טעטיקייט. די מאַמע פֿונעם חב״ד־שליח, למשל, באַזוכט אירע ייִדיש־לימודים. אינעם בנין, וווּ עס ווערט איצט געבויט אַ מיקווה, האָט דער רבֿ איר פֿאָרגעלייגט דעם באַניץ פֿון אַ גרויסן זאַל פֿאַר אירע טעטיקייטן.

וואָס שייך די קאָסמישע טעמעס, בויט מען איצט אינעם רוסלענדישן ווײַטן מיזרח, בערך אין 600 קילאָמעטער (370 מײַל) פֿון ביראָבידזשאַן, דעם נײַעם קאָסמאָדראָם „וואָסטאָטשני‟. לויטן פּלאַן וועט מען אין יאָר 2023 אָנהייבן אַרויסשיקן פֿון דאָרטן די ערשטע מענטשן אין קאָסמאָס. דערווײַל קלײַבט מען זיך שוין צו שיקן אַ צאָל אויטאָמאַטישע אַפּאַראַטן אויף דער לבֿנה. ס׳איז גוט צו וויסן, אַז אַרטיקלען וועגן קאָסמאָס־פּראָיעקטן ווערן פּובליקירט אויף ביידע זײַטן פֿונעם אָקעאַן, אַפֿילו אין יענעם ווײַטן ראַיאָן פֿון רוסלאַנד — און טאַקע אויף ייִדיש.