יוסי דעסער זינגט ייִדישע ניטל־קאַראָלן לכּבֿוד חנוכּה

Yossi Desser Sings Yiddish Christmas Carols About Hanukkah

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published December 04, 2018.

מיט צוויי יאָר צוריק האָט יוסי דעסער דעבוטירט אַ ריי ניטל־קאַראָלן, וואָס ער האָט פֿאַרטײַטשט און פֿאַרבעסערט אויף מאַמע־לשון און געווידמעט חנוכּה.

ווי איך האָב דעמאָלט דערקלערט אינעם פֿאָרווערטס, איז זײַן צוגאַנג מיר שטאַרק געפֿעלן געוואָרן, ווײַל כאָטש דער גאַנצער פּראָיעקט איז אַוודאי צום טייל איראָניש, זינגט „דעסער אויף אַזאַ ערנסטן און לעבעדיקן אופֿן, אַז מע קען אויף אַ רגע מיינען, אַז די לידער קומען פֿון עפּעס אַ פּאַראַלעלן אוניווערס אין וועלכן מע האָט טאַקע געשריבן די באַקאַנטסטע ניטל־לידער אויף ייִדיש לכּבֿוד חנוכּה. להיפּוך צו ענלעכע „חנוכּה־קאַראָלן‟ פֿון „ייִדלײַף־קריזיס‟ און „די פֿאָלקסבינעס‟ חנוכּה־ספּעקטאַקלען, איז דעסערס כּוונה בײַם זינגען די לידער ניט אַז מע זאָל פֿון זיי לאַכן. דאָס איז פּאַסיק ווײַל כאָטש די לידער זענען איראָניש, זענען זיי ווײַט ניט לעכערלעך אָדער להבֿדיל, אַ פּאַראָדיע.‟

אין זײַן הײַיאָריקן ווידעאָ שטעלט דעסער פֿאָר ייִדיש־שפּראַכיקע חנוכּה־נוסחאָות פֿון דזשודי גאַרלאַנד און פֿרענק סינאַטראַס שלאַגער Have Yourself a Merry Little Christmas („האָב זיך מיר אַ פֿריילעכן חנוכּה‟), It’s the Most Wonderful Time of the Year („ס׳איז די בעסטע, שענסטע צײַט, פֿונעם יאָר‟), סאַמי קאַנס (פֿון דער הײם: שמואל כּהנס) און יוליוס שטיינס ליד Let it Snow („לאָז אַ שניי‟) און We Wish You A Merry Christmas („מיר ווינטשן אַ גוטן חנוכּה‟).

כאָטש די רעפֿרענען פֿון די לידער זענען מער־ווייניקער ריינע איבערזעצונגען פֿון די ענגלישע אָריגינאַלן, פֿאַררופֿן זיך דעסערס ייִדישע קאַראָלן אויף דער ייִדישער קולטור און טראַדיציע. למשל, אין זײַן „האָב זיך מיר אַ פֿריילעכן חנוכּה‟ דערמאָנט ער ביאת המשיח און אין זײַן „ס׳איז די בעסטע, שענסטע צײַט, פֿונעם יאָר‟ דערמאָנט ער ווי מע האָט געפּראַוועט חנוכּה אין דער אַלטער היים.