פֿון וואַנען קומט אייגנטלעך דאָס חנוכּה־געלט?

So Where Does Hanukkah Gelt Come From Anyway?

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published December 05, 2018.
Wikimedia Commons

אַזוי ווי דאָס דריידל, איז די טראַדיציע פֿון חנוכּה־געלט ווײַט ניט אַזוי אַלט ווי מע וואָלט געמיינט. אין איר עסיי אינעם Forward, דערקלערט די ייִדיש־דעצאָנטקע בײַם טאָראָנטער אוניווערסיטעט מרים באָרדען, אַז מע שענקט געלט חנוכּה־צײַט בלויז עטלעכע הונדערט יאָר.

ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז טראַדיציאָנעל האָט מען, להיפּוך צו פּורים מיט זײַנע שלח־מנות, קיין מתנות דווקא ניט געשענקט אום חנוכּה. לויט יצחק ריבֿקינד, וואָס גיט איבער די געשיכטע אין זײַן ריזיקער וויסנשאַפֿטלעכער מאָנאָגראַפֿיע אין פֿאָרעם פֿון אַ לעקסיקאָן וועגן דער היסטאָריע, סאָציאָלאָגיע און פֿאָלקלאָר פֿון געלט בײַ ייִדן, איז די געשיכטע דווקא אַ קורצע. ריבֿקינד הייבט אָן זײַן אַרטיקל מיטן הקדמהלע „חנוכּה — אַן אַלטער יום־טובֿ, חנוכּה־געלט — אַ נײַער מנהג.‟

אינעם אַרטיקל גיט ריבֿקינד איבער, אַז כאָטש מע ווייסט ניט פֿון וואַנען עס קומט די טראַדיציע, האָט זי לכתּחילה זיכער ניט געהאַט צו טאָן מיט קינדער. די ערשטע וואָס האָבן באַקומען חנוכּה־געלט, מסתּמא אינעם 17טן יאָרהונדערט, זענען געווען אָרעמע תּלמידים. אינעם 18טן יאָרהונדערט האָט מען געשענקט חנוכּה־געלט די כּלי־קודש — דעם מגיד, דעם שוחט, דעם חזן און דעם שמשׂ. אין שפּעטערדיקע יאָרן פֿלעגן חסידישע רבנים פֿון קלענערע הויפֿן אַרומגייען איבער די הײַזער בעטנדיק חנוכּה־געלט.

ערשט נאָך דער אינדוסטריעלער רעוואָלוציע, אין מיטן 19טן יאָרהונדערט, איז חנוכּה־געלט פֿאַרבינדן געוואָרן מיט קינדער. כאָטש חנוכּה־געלט איז באַלד אַרײַן אין דער ייִדישער ליטעראַטור — זעט, למשל, שלום־עליכמס מעשׂה פֿונעם זעלביקן נאָמען פֿון 1900, דערוויסט מען זיך פֿון די ייִדישע פֿאָלקסלידער און פֿאָלקסווערטלעך, אַז די טראַדיציע פֿון שענקען געלט קינדער איז דווקא אַ סך עלטער פּורים־צײַט, ווי אום חנוכּה. ריבֿקינד דערקלערט אין זײַן אַרטיקל איבער „פּורים־געלט‟, אַז דאָס שענקען מתנות אום פּורים און דאָס אונטערהאַלטן אָרעמע־לײַט (סײַ ייִדן, סײַ גויים) ווערט דערמאָנט נאָך אין די צײַטן פֿון רש׳׳י. קינדער האָט מען געשענקען געלט אום פּורים נאָך אין מיטלעלטער.  



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.