נײַער עפּיזאָד „ווײַבערטײַטש‟ — אינטערוויו מיט שׂרה־רחל שעכטער און גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט

New Episode of Vaybertaytsh - Interview with Rukhl Schaechter and Gitl Schaechter-Viswanath

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 06, 2018.
שׂרה־רחל שעכטער און גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט.
Naima Green
שׂרה־רחל שעכטער און גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט.

„ווײַבערטײַטש‟, דער פֿעמיניסטישער פּאָדקאַסט אויף ייִדיש, האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ נײַעם עפּיזאָד, אין וועלכן סאָסיע פֿאָקס שמועסט מיט די שוועסטער שׂרה־רחל שעכטער און גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט וועגן אַ ריי טעמעס, אַרײַנגערעכנט זייערע קינדער־יאָרן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה, זייער בײַטנדיקער באַציִונג צו רעליגיע און צום פֿעמיניזם און זייערע טעטיקייטן אין דער ייִדיש־וועלט.

די עלטערע טעכטער פֿונעם באַרימטן לינגוויסט און אַקטיוויסט לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך מרדכי שעכטער, זענען גיטל און שׂרה־רחל אויפֿגעוואַקסן אין אַ טראַדיציאָנעלער ייִדישער היים, וואָס איז ניט געווען באַזונדערס פֿרום. זיי גיבן למשל איבער אינעם עפּיזאָד, אַז פֿרײַטיק־צו־נאַכטס איז געווען בײַ זיי „משפּחה־נאַכט‟ און מע האָט ניט געטאָרט קוקן קיין טעלעוויזיע, ביז מרדכי שעכטערס באַליבטע פּראָגראַם, די שפּיאָנאַזש־קאָמעדיע Get Smart וואָס האָט סאַטאַריזירט די קאַלטע מלחמה, איז אַריבער אויף פֿרײַטיק־צו־נאַכטס. ערשט דעמאָלט האָט מען יאָ אָנגעהויבן קוקן טעלעוויזיע.

צוביסלעך איז די משפּחה פֿרימער געוואָרן — קודם האָט זייער ייִנגערע שוועסטער איידל אָנגעהויבן צו היטן שבת און פֿירן אַ כּשרע שטוב און דערפֿאַר האָט גיטל אַליין געכּשרט איר קיך. נאָך דעם וואָס גיטל האָט זיך באַקענט מיט איר מאַן איז זי אַליין געוואָרן אַ בעלת־תּשובֿה און שׂרה־רחל האָט דערנאָך געקויפֿט נײַע געפֿעס, כּדי אירע שוועסטער זאָלן קענען עסן בײַ איר.

די צוויי שוועסטער זענען אויפֿגעוואַקסן צווישן עטלעכע ייִדישיסטישע משפּחות, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין בראָנקס לעבן דער „שלום־עליכם פֿאָלקס־שול 21‟ און האָבן פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט אין דער קינדער־גרופּע „ענגע־בענגע‟, וואָס מרדכי שעכטער האָט געגרינדעט. אַחוץ זייערע איבערלעבונגען אין זייער בראָנקסער ייִדישיסטישער סבֿיבֿה, האָבן זיך שטאַרק געווירקט אויף זיי זייערע יאָרן אינעם בונדיסטישן לאַגער „קעמפּ המשך.‟ כאָטש דער לאַגער איז געווען „ייִדישיסטיש געשטימט‟, איז עס פֿאָרט געווען „אַ פֿלעק‟, וואָס די צוויי שוועסטער האָבן גערעדט צווישן זיך ייִדיש. ווי גיטל גיט איבער אינעם אינטערוויו, „איך בין געווען אַ פֿרעמדע — ווײַל ייִדיש איז געווען מײַן לעבן, און ניט בלויז אַ שפּראַך וואָס איך רעד.‟  

כּדי צו הערן וועגן דעם, ווי די צוויי שוועסטער האָבן אָנגעהויבן צו שפּילן אָנפֿירנדיקע ראָלעס אין דער ייִדיש־וועלט, פֿאַר וואָס גיטל האַלט דאָס פֿאַרענדיקן דעם נײַעם ענגליש־ייִדישן ווערטערבוך פֿאַר סײַ איינער פֿון די פֿריילעכסטע, סײַ איינער פֿון די טרויעריקסטע מאָמענטן פֿון איר לעבן, און כּדי זיך צו דערוויסן וועגן שׂרה־רחלס עצה פֿאַר יונגע פֿרויען וועגן דעם, ווען עס איז די בעסטע צײַט צו האָבן קינדער, הערט זיך צו צום נײַעם עפּיזאָד.