עלען קאַסעדי, ירמיהו־אַהרן טאַוב און דזשעראָלד פֿרייקס באַקומען MLA-אויסצייכענונג

Ellen Cassedy, Yermiyahu Ahron Taub and Jerold C. Frakes Awarded MLA Prize

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 07, 2018.
רעכטס: עלען קאַסעדי מיט ירמיהו־אַרהן טאַוב; לינקס: דזשעראָלד פֿרייקס
SUNY Buffalo/Ellen Cassedy/Forverts Montage
רעכטס: עלען קאַסעדי מיט ירמיהו־אַרהן טאַוב; לינקס: דזשעראָלד פֿרייקס

איינער פֿון די חשובֿסטע אַקאַדעמישע פּרעמיעס אויפֿן געביט פֿון ייִדיש איז די „אויסצייכענונג אויפֿן נאָמען פֿון פֿעניאַ און יעקבֿ לעוויאַנט‟ פֿון דער „אַסאָציאַציע פֿון מאָדערנע שפּראַכן‟, די גרעסטע אַקאַדעמישע אָרגאַניזאַציע פֿון אַמעריקאַנער געלערנטע, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט שפּראַך און ליטעראַטור. די פּרעמיע ווערט צוגעטיילט אַלע צוויי יאָר. איין מאָל אין פֿיר יאָר באַלוינט מען אַן איבערזעצונג פֿון ענגליש אויף ייִדיש און איינמאָל אין פֿיר יאָר — אַ פֿאָרשאַרבעט וועגן דער ייִדישער שפּראַך אָדער ליטעראַטור.

הײַיאָר האָט מען באַלוינט עלען קאַסעדי און ירמיהו־אַהרן טאַוב פֿאַר זייער איבערזעצונג פֿון בלומע לעמפּעלס בוך „עדיפּוס אין ברוקלין און אַנדערע דערציילונגען‟ און דזשעראָלד פֿרייקס, פֿאַר זײַן איבערזעצונג פֿון אַ זאַמלונג עפּאָסן אויף מערבֿ־ייִדיש.

דער זשורי, וואָס איז באַשטאַנען פֿון קאַטערין העלערשטיין, לאַורענס ראָזענוואַלד און אַליסאָן שעכטער (פֿאָרזיצערין), האָט געשריבן אין זײַן דערקלערונג, אַז לעמפּעל איז אַן „איבערראַשנדיק קול‟, וועמענס העלדן באַשרײַבן די וועלט אין „פּריקרע אָבער פֿאָרט אומדערוואַרטע שיינע טערמינען‟. דער זשורי האָט באַלוינט דזשעראָלד פֿרייקס פֿאַר זײַן „ריזיקן און פּרעציזן קענטעניש פֿון דער געשיכטע און פֿילאָלאָגיע פֿון אַלט־ייִדיש‟, וואָס האָט אים געהאָלפֿן איבערצוזעצן די עפּאָסן אין דער אַנטאָלאָגיע אין אַ שפּרודעלדיקן ייִדיש.

די אויסצייכענונגען וועלן צוגעטיילט ווערן שבת, דעם 15טן יאַנואַר, אויפֿן יערלעכן צוזאַמענקום פֿון דער MLA.