יחידים װאָס פֿאַרקערפּערן די אידעאַלן פֿון סעקולערער ייִדישקײט

Individuals Who Embody the Ideals of Secular Yiddishkeyt

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published December 07, 2018.
אַ לאַטע פֿונעם טיטל פֿונעם ליד „מיר וועלן זיי איבערלעבן‟, געשאַפֿן פֿון דער קלעזמער־גרופּע „ציבעלע‟.
Mark Rubin
אַ לאַטע פֿונעם טיטל פֿונעם ליד „מיר וועלן זיי איבערלעבן‟, געשאַפֿן פֿון דער קלעזמער־גרופּע „ציבעלע‟.

שוין יאָרן לאַנג וואָס די אַמעריקאַנער ייִדישע כּלל־טוער ברעכן די הענט וועגן דער צוקונפֿט פֿונעם ייִדישן ציבור און ס’איז פֿאַרשטענדלעך פֿאַר װאָס. אין פֿאַרגלײַך מיטן עלטערן דור, װײַזן אַ צאָל שטודיעס און אַנקעטעס אַז ייִדן אונטער 40 יאָר זענען װײניקער גענײגט צו באַצאָלן מיטגלידערשאַפֿט אין אַ שיל; דריקן אויס אַ שװאַכערע פֿאַרבינדונג צו מדינת־ישׂראל און גיבן װײניקער געלט צו ייִדישע צדקה־אָרגאַניזאַציעס.

ווי איך טענה שוין אָבער פֿון לאַנג, איז אַ טייל פֿון דער פּראָבלעם דאָס וואָס די דעפֿיניציע פֿון אַ פּאָזיטיווער ייִדישער אידענטיטעט איז צו שמאָל. יאָ, דאָס געהערן צו אַ סינאַגאָגע און מאַרשירן אויף יום־העצמאות-פּאַראַדן זענען גוטע סימנים פֿון אַ מענטשנס פֿאַרבינדונג צום ייִדישן פֿאָלק אָבער זײ זענען װײַט נישט די איינציקע.

אין די אַלע שטודיעס דורכגעפֿירט פֿון ייִדישע פֿעדעראַציעס, איגנאָרירט מען אין גאַנצן דעם מוסטער פֿונעם סעקולערן ייִד װאָס דריקט אויס אַ װאַרעמקײט צו זײַן פֿאָלק אויף אַ קולטורעלן אופֿן ווי, למשל, אַן אָנגייענדיקן אינטערעס צו זײַן אָדער איר ייִדישער משפּחה־געשיכטע; אַ פּרעפֿערענץ פֿאַר טראַדיציאָנעלער ייִדישער מוזיק (װי „קלעזמער‟) אָדער אַלטע היימישע מאכלים; אַן אידעאָלאָגיש מיטגעפֿיל מיט דער אַמאָליקער ייִדישער אַרבעטער־באַװעגונג אָדער מיט די סעקולערע ייִדישע פּאָעטעסעס אַננאַ מאַרגאָלין און צעליאַ דראָפּקין, בײַ װעמען זײ זעען די ערשטע שפּורן פֿון פֿעמיניזם, אָדער סתּם אַ ליבשאַפֿט צו זיצן און שמועסן מיט עלטערע ייִדן.

ווי אַ ייִדישיסט האַלט איך אַז אַזוינע קולטורעלע פֿאַרבינדונגען זענען פּונקט אַזוי חשובֿ ווי די מער „אָנגענומענע‟ סטאַנדאַרטן. די פּראָבלעם, טענהט מרים האָפֿמאַן — אַליין אַ סעקולערער ייִדישיסט — איז וואָס צו פֿיל סעקולערע ייִדן ווײסן פּשוט נישט גענוג וועגן זייער קולטור־ירושה זיי זאָלן דאָס קענען אָפּשאַצן ווי געהעריק. אַ סך סעקולערע ייִדן —שרײַבט זי — „האָבן זיך אויסגעליידיקט פֿון ייִדישן וויסן.‟ איר אַרטיקל האָט אַרויסגערופֿן אַ לעבעדיקן וויכּוח אויף פֿייסבוק, סײַ פֿאַר סײַ קעגן.

איין פֿאָרװערטס־לײענער, ד״ר דזשאָש קאַפּעל, האָט געשריבן אַז ער איז מסכּים מיט האָפֿמאַן און געגעבן צוויי בײַשפּילן, וואָס אילוסטרירן אַ קנאַפּע קענטעניש פֿון די רעליגיעזע ייִדישע מנהגים, און דווקא בײַ אַזוי־גערופֿענע עקספּערטן:

1) אין אַ העברעיִשער איבערזעצונג פֿון יצחק באַשעװיס זינגערס „מײַן טאַטנס בית־דין שטוב‟, האָט דער איבערזעצער, בײַם אויסטײַטשן דאָס װאָרט „שלש־סעודות‟, געשריבן אַז דאָס איז דער דריטער שבתדיקער מאָלצײַט. „די ערשטע צוויי — שרײַבט דער איבערזעצער — זענען פֿרישטיק און מיטאָג.‟ מע דאַרף נישט זײַן קיין פֿרומער ייִד צו וויסן אַז דער ערשטער מאָלצײַט שבת איז די סעודה פֿרײַטיק־צו־נאַכטס; דער צווייטער איז מיטאָג, גלײַך נאָכן דאַווענען, און די לעצטע איז שלש־סעודות. קיין פֿרישטיק עסט מען נישט.

2) אויף אַן אויסשטעלונג װעגן ש. אַנ־סקיס עקספּעדיציעס בײַם „ייִדישן מוזיי‟ אין מאַנהעטן, איז איינער פֿון די עקספּאָנאַטן געווען אַ קינדס פֿײַל־און־בויגן, פֿונעם סוף 19טן יאָרהונדערט. אונטער דעם איז געשטאַנען אַז ס׳איז אַ טראַדיציע בײַ קינדער צו שפּילן אין פֿײַל־און־בויגן פּורים. דער קוראַטאָר פֿון דער אויסשטעלונג האָט גאָר נישט געוווּסט אַז דאָס האָבן קינדער געטאָן ל״ג בעומר, נישט פּורים: זיי פֿלעגן גיין אין וואַלד מיטן פֿײַל־און־בויגן ווי אַ רמז אויף רבי עקיבֿא וואָס איז אַנטלאָפֿן אין וואַלד מיט זײַנע תּלמידים כּדי זיך אויסצובאַהאַלטן פֿון די רוימער.

ד״ר קאַפּעלס בײַשפּילן זענען טאַקע טרויעריקע סימנים פֿון עם־האָרצות אָבער אַזאַ אומוויסיקייט קען מען אויך זען בײַ פֿרומע ייִדן. אַ צווייטער מענטש וואָס האָט געענטפֿערט אויף האָפֿמאַנס אַרטיקל אויף פֿייסבוק האָט, אין שײַכות מיט ד״ר קאַפּעלס בײַשפּילן, געשריבן אַז ער איז יאָרן לאַנג געגאַנגען אין ישיבֿה און האָט קיין מאָל נישט געהערט אַז קינדער שפּילן זיך ל״ג בעומר מיט פֿײַל־און־בויגן. (אינטערעסאַנט, אַז מיר וואָס זענען געגאַנגען אין אַ סעקולערער ייִדישער שול האָבן יאָ געוווּסט וועגן דער טראַדיציע, און דער ישיבֿה־בחור — נישט.)

הייסט עס, אַז עם־האָרצות קען מען זען סײַ בײַ די פֿרומע סײַ בײַ די פֿרײַע…

דערפֿאַר האַלט איך אַז ס׳איז געקומען די צײַט צו דערמאָנען עטלעכע באַקאַנטע יחידים פֿון דער ייִדישער גאַס, נישט קיין פֿרומע, וואָס זענען אָבער יאָ באַהאַוונט אין דער רײַכער ייִדישער קולטור־ירושה, וואָס נעמט אַרײַן ליטעראַטור, געשיכטע און יאָ, אויך דעם רעליגיעזן לעבן־שטייגער וואָס איז אַזאַ וויכטיקער טייל פֿון דעם ייִדישן וועלטבאַנעם. דערבײַ פֿאַרקערפּערן זיי טאַקע די אידעאַלן פֿון סעקולערער ייִדישקײט.

דאָס זענען בלויז עטלעכע פֿון אַ לאַנגער רשימה מענטשן וואָס מיר וואָלטן דאָ געקענט אויסרעכענען, ווען מיר וואָלטן געהאַט גענוג אָרט:

ד״ר יצחק ניבאָרסקי

ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי
Bella Bryks-Klein
ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי

דער אַרגענטינער־געבוירענער ייִדישער לינגוויסט און לעקסיקאָגראַף, און איינער פֿון די פֿירער פֿונעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם ביבליאָטעק‟, האָט געשאַפֿן נישט בלויז אַ שפּאַניש־ייִדיש ווערטערבוך און אַ ייִדיש־פֿראַנצייזיש־ווערטערבוך, נאָר אַן אויסערגעוויינטלעך ווערטערבוך פֿון לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער אויף ייִדיש, וואָס איז אַזוי אינטערעסאַנט און אַזוי אָנגעפּאַקט מיט אינפֿאָרמאַציע וועגן תּורה שבכּתבֿ, תּורה שבעל־פּה און ייִדישע מנהגים אַז איך לייען עס סתּם ווי אַ צײַטפֿאַרברענג, בעת איך זיץ אויף דער באַן. ניבאָרסקי ווײַזט בפּועל־ממש אַז מע קען זײַן אַ סעקולערער ייִד און פֿאָרט זײַן אָנגעזאַפּט מיט וויסן וועגן דער תּורה און די רעליגיעזע מנהגים בײַ ייִדן.

איידריען (חנה) קופּער ע״ה

אַיידריען (חנה) קופּער ע”ה
Yiddish New York
אַיידריען (חנה) קופּער ע”ה

די באַליבטע ייִדישע זינגערין, וואָס איז געשטאָרבן אין 2011 בײַם יונגן עלטער פֿון 65 יאָר, האָט געשפּילט אַ הויפּטראָלע אין דער אויפֿלעבונג פֿון קלעזמער־מוזיק, און דערצויגן אַ טאָכטער, שׂרה גאָרדאָן, וואָס פֿילט זיך אויך אין דער היים אויף דער ייִדיש־שפּראַכיקער בינע. קופּער, וואָס האָט, צווישן אַנדערע, פֿאַרוואַנדלט דאָס פּאָפּולערע חסידישע ליד, „וואָלט איך געהאַט כּוח‟ אין אַ רוף צו ברענגען שלום אויף דער וועלט, האָט באַוויזן ווי אַזוי מע קען ניצן די ייִדישע רעליגיעזע קולטור־ירושה ווי אַ מקור צו שאַפֿן נײַע ייִדישע לידער אויף גאָר אַנדערע טעמעס. אירע קאָנצערטן פֿון ייִדיש געזאַנג, וווּ זי האָט כּסדר אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג פֿאַר אַ וועלט פֿון גערעכטיקייט, זענען געווען אַן אינספּיראַציע פֿאַר ייִדן און נישט־ייִדן איבער דער וועלט.

ד״ר איציק גאָטעסמאַן

ד׳׳ר איציק גאָטעסמאַן
Emily Socolov
ד׳׳ר איציק גאָטעסמאַן

דער עקספּערט פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר איז הײַנט איינער פֿון די הויפּטקוואַלן פֿון אינפֿאָרמאַציע וועגן די טראַדיציעס בײַ ייִדן אינעם אַמאָליקן מיזרח־אייראָפּעיִשן שטעטל. צי מע האָט אַ פֿראַגע וועגן די שבֿועות־מנהגים, צי וועגן אַ כּמעט־פֿאַרגעסענעם ניגון בײַ די סטאָלינער חסידים, ווייסט גאָטעסמאַן דעם ענטפֿער, און ווען נישט — ווייסט ער שוין וווּ עס אויסצוזוכן.

דניאל קאַהן

דניאל קאַהן
Jerry Lacay
דניאל קאַהן

דער הויפּטמוזיקער פֿון דער קאַפּעליע „באַפֿאַרבטער פֿויגל‟ טרעט אָפֿט אַרויס מיט לידער וואָס ער האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש, ווי אויך זײַנע אייגענע ייִדישע לידער, וואָס ווײַזן אָן אויף זײַן קענטעניש פֿון לשון־קודשדיקע טערמינען אויף ייִדיש. ווען מע הערט ווערטער ווי „צנועה‟, „שכינה‟ און „קול־קורא‟ אין זײַן איבערזעצונג פֿון לענאַרד כּהנס „הללויה‟, דערפֿילט מען בײַם ליד אַ מער נאַטירלעכן ייִדישן טעם. נישט קיין חידוש וואָס אַזוי פֿיל צוהערער פֿון דעם איבערגעזעצטן ליד אויף יו־טוב (וואָס האָט שוין, אַגבֿ, צוגעצויגן איבער אַ מיליאָן צוהערער) האָבן קאָמענטירט אַז אויף ייִדיש קלינגט דאָס ליד שיִער נישט בעסער ווי אין אָריגינאַל!

ווי געזאָגט, זענען דאָס בלויז פֿיר פֿון אַ גאַנצער רײ באַקאַנטע פֿיגורן אויף דער ייִדישער גאַס װאָס קענען דינען װי דוגמאָות, ראָלמאָדעלן, בפֿרט פֿאַר סעקולערע ייִדן אין די 20ער וואָס האָבן אַליין לעצטנס אַנטדעקט דעם ייִדישן קולטור־אוצר ווי, למשל, די פּאָליטיש־געשטימטע קלעזמער־קאַפּעליע „ציבעלע‟. דאָס איז אַ גרופּע פֿון פֿינעף יונגע טאַלאַנטירטע ייִדישע מוזיקער וועלכע שטעלן פֿאָר אַלטע ייִדישע לידער, און טאַקע אויף אַ שיינעם ייִדיש — אָבער באַאַרבעט מיט אַן אייגענעם קנייטש. דאָס אומשולדיקע ליבעליד „לאָמיר זיך איבערבעטן, איבערבעטן‟, למשל, האָבן זיי פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿינצטערער וואָרענונג צו הײַנטיקע רשעים, זינגענדיק אין אַ שטילן, דראָענדיקן מאָנאָטאָן: „מיר וועלן זיי איבערלעבן, איבערלעבן…

די קאַפּעליע „ציבעלע‟ איז גוט באַהאַוונט אין די לידער פֿון דער רײַכער ייִדישער פֿאָלקס־טראַדיציע
Luisa Muhr
די קאַפּעליע „ציבעלע‟ איז גוט באַהאַוונט אין די לידער פֿון דער רײַכער ייִדישער פֿאָלקס־טראַדיציע

און ווען „ציבעלע‟ זינגט דאָס ייִדישע פֿאָלקסליד „צוועלעף אַ זייגער‟ — וועגן אַ בחור וואָס דערשיסט זײַן געליבטע — ווײַזט זי אונדז אַז דער סטערעאָטיפּ אַז ייִדישע מענער ברוטאַליזירן נישט זייערע ווײַבער, איז אַ פּנים אַ באָבע־מעשׂה. דאָס וואָס זיי זינגען דאָס ליד דווקא אויף אַ שפּראַך וואָס זייערע עלטער־באָבעס האָבן אַליין גערעדט — גיט אונדז נאָך מער אַ צופּ בײַם האַרצן, און ווײַזט אונדז ווי טיף פֿאַרבונדן די יונגע מוזיקער זענען מיט זייער אייגענער קולטור־ירושה. כּן ירבו!