ייִדיש־זינגער געזוכט פֿאַר האָליוווּדער פֿילם

Yiddish Singer Sought for Hollywood Movie

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 10, 2018.
דער באָקסער הערשל האַפֿט נאָך דער מלחמה.
Wikimedia/Forverts Montage
דער באָקסער הערשל האַפֿט נאָך דער מלחמה.

די פּראָדוצענטן פֿון אַ נײַעם האָליוווּדער פֿילם וועגן דעם לעבן פֿון הערשל האַפֿט — דער ייִדישער באָקסער וואָס האָט איבערגעלעבט אוישוויץ און שפּעטער געקעמפֿט קעגן דעם אַמעריקאַנער באָקסער ראָקי מאַרציאַנאָ — זוכן אַ קאַבאַרעט־זינגער וואָס זאָל זינגען אַ ליד אינעם פֿילם אויף ייִדיש.

דער פֿילם, „Harry Haft‟, וועט רעזשיסירט ווערן דורך בערי לעווינסאָן, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר זײַן בייסבאָל־דראַמע „The Natural‟, וואָס מע האָט געמאַכט אויפֿן סמך פֿון בערנאַרד מלמדס אַ ראָמאַן, און פֿאַרן פֿילם „Good Morning, Vietnam‟ מיט ראָבערט וויליאַמס אין דער הויפּטראָלע. דער אַקטיאָר בען פֿאָסטער, וואָס שפּילט אָפֿט די ראָלע פֿון גײַסטיק קראַנקע העלדן, וועט שפּילן הערשל האַפֿט.

מענטשן וואָס זענען פֿאַראינטערעסירט אין אויספּרוּוון פֿאַר דער ראָלע דאַרפֿן קלינגען אַריאַנאַ רודעס פֿון דער פֿירמע Ellen Chenoweth Casting, אויף דעם טעלעפֿאָן: 212-512-1624.

הערשל האַפֿט איז געבוירן געוואָרן אין בעלכעטעוו, פּוילן אין 1925. נאָך דעם וואָס ער איז פֿאַרשיקט געוואָרן קיין אוישוויץ, האָט אַן „עס־עס‟־קאָמאַנדיר אים געצוווּנגען צו באָקסן קעגן אַנדערע אַרעסטאַנטן. דער געווינער האָט באַקומען אַן עקסטרע פּאָרציע זופּ; דעם פֿאַרשפּילער האָט מען געשיקט אין גאַזקאַמער. האַפֿט איז אַזוי אַרום געוואָרן דער „טשעמפּיאָן‟ פֿון אוישוויץ, געווינענדיק אַלע זײַנע 76 מאַטשן.

נאָך דער מלחמה האָט האַפֿט געוווּנען אַ באָקס־פֿאַרמעסט, וואָס דאָס אַמעריקאַנער מיליטער האָט אָרגאַניזירט פֿאַר ייִדישע פּליטים אין דער אַמעריקאַנער זאָנע.

נאָך זײַן אָנקומען קיין אַמעריקע איז ער געוואָרן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער באָקסער. אין זײַן לעצטן מאַטש האָט ער געקעמפֿט קעגן דעם באַרימטן צוקונפֿטדיקן וועלט־טשעמפּיאָן ראָקי מאַרציאַנאָ און פֿאַרשפּילט. שפּעטער האָט האַפֿט געטענהט, אַז ער האָט בלויז פֿאַרשפּילט צוליב דעם, וואָס די מאַפֿיע האָט אים געוואָרנט, אַז מע וועט אים פֿאַרוווּנדיקן, צי נאָך ערגערס, טאָמער ער פֿאַרשפּילט ניט.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.