רובינליכט־פּרעמיעס צוגעטיילט ישׂראל רודניצקי און ד׳׳ר זעלדאַ כּהנא ניומאַן

Rubinlicht Prize Awarded to Yisroel Rudnitsky and Dr. Zelda Kahan Newman

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 12, 2018.
זעלדאַ כּהנא ניומאַן בײַם באַקומען די פּרעמיע פֿון דניאל גלאַי.
Bella Bryks-Klein
זעלדאַ כּהנא ניומאַן בײַם באַקומען די פּרעמיע פֿון דניאל גלאַי.

יעדעס יאָר, אום חנוכּה, טיילט דער „פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל אויפֿן נאָמען פֿון ה. לייוויק‟ צו פּרעמיעס, וואָס באַערן שרײַבער, קינסטלער און פֿאָרשער, וועלכע האָבן זיך אויסגעצייכנט אויפֿן געביט פֿון ייִדיש. די צערעמאָניע בײַם אויסטיילן די פּרעמיעס, וואָס טראָגן דעם נאָמען פֿונעם פּאָעט לייב רובינליכט ז׳׳ל, האָט שטענדיק אַ יום־טובֿדיקע אַטמאָספֿער, ווײַל זי קומט פֿאָר אינעם זעלביקן אָוונט ווי מע צינדט אָן די חנוכּה־ליכט. אַזוי האָט טאַקע געבעטן רובינליכט אין זײַן צוואה.

דער חזן מיכאל זינגער צינדט אָן די חנוכּה־ליכט.
Bella Bryks-Klein
דער חזן מיכאל זינגער צינדט אָן די חנוכּה־ליכט.

הײַיאָר האָט די זשורי, וואָס איז באַשטאַנען פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, דניאל גלאי און ד׳׳ר קרן אלקלעי־גוט, באַשלאָסן צו באַערן דעם לאַנגיאָריקן שרײַבער, רעדאַקטאָר, און איבערזעצער ישׂראל רודניצקי און די לינגוויסטקע, איבערזעצערין און פֿאָרשערין זעלדאַ כּהנא ניומאַן. ניומאַן האָט באַקומען איר אויסצייכענונג אויף דער צערעמאָניע, רודניצקי האָט צוליב געזונט־סיבות ניט געקענט בײַזײַן.

אין איר דערקלערונג האָט די זשורי איבערגעגעבן אַז ישׂראל רודניצקי איז געווען צווישן די הויפּט־פּערזענלעכקייטן אויפֿן ייִדישן פֿאַרלעגערישן געביט. ער איז צענדליקער יאָרן געווען דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם פֿאַרלאַג אויפֿן נאָמען פֿון י. ל. פּרץ און האָט אויך רעדאַקטירט אַ שלל מיט אַקאַדעמישע טעקסטן און זאַמלונגען וואָס זענען אַרויסגעגעבן געוואָרן אויף ייִדיש דורכן תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. די זשורי האָט אויך דערמאָנט זײַנע יאָרן ווי דער סעקרעטאַר פֿונעם ייִדישן שרײַבער און זשורנאַליסטן־פֿאַראיין און זײַן פֿעיִקייט בײַם מיטאַרבעטן צוזאַמען מיט שרײַבער.

מע קען זיך דערוויסן מער אינפֿאָרמאַציע וועגן רודניצקיס לעבן און קאַריערע דורך דעם אינטערוויו, וואָס קריסטאַ וויטני האָט געמאַכט מיט אים ווי אַ טייל פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטערס‟ פּראָיעקט פֿון געשיכטע־בעל־פּה אינטערוויוען.

אין איר דערקלערונג וועגן ד׳׳ר זעלדאַ כּהנא ניומאַן האָט די זשורי דערמאָנט אירע לאַנגיאָריקע טעטיקייטן ווי אַ לינגוויסטקע בײַם פֿאָרשן דעם הײַנטצײַטיקן חסידישן ייִדיש און די השפּעה, וואָס דער טראַדיציאָנעלער גמרא־ניגון בײַ אַשכּנזישע ייִדן האָט געהאַט אויף דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך. די זשורי האָט אויך ספּעציעל דערמאָנט איר איבערגעגענקייט בײַם פֿאָרשן און איבערזעצן די ווערק פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, וועמענס ווערק זי העלפֿט צו פּאָפּולאַריזירן אויף ענגליש.

ישׂראל רודניצקי
Bella Bryks-Klein
ישׂראל רודניצקי