די ערשטע שפּראָצן פֿון אַ חרדישער געזונט־קאָאַליציע

First Seeds of a Health Coalition For the Haredi Community

Yehuda Blum

פֿון שלום בערגער

Published December 14, 2018.

דעם 19טן נאָװעמבער אין ניו־יאָרק האָבן זיך פֿאַרזאַמלט בערך 30 געזונט־פּראָפֿעסיאָנאַלן װאָס אַרבעטן מיט פּאַציענטן אין דער חסידישער קהילה. די אַסיפֿה, דורכגעפֿירט געװאָרן פֿונעם ניו־יאָרקער שטאָטישן געזונט־אָפּטייל מיט דער הילף פֿונעם מחבר פֿון די שורות, האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ געלעגנהײט אָפּצושאַצן דעם אַלגעמײנעם געזונט־מצבֿ פֿון חסידים, פֿאַרשטײן זײערע זאָרגן און אַרומרעדן װאָס מע זאָל װײַטער טאָן.

די געזונט־אַרבעטער זײַנען געקומען פֿון פֿאַרשײדענע דיסציפּלינען. פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָקטױרים זײַנען געװען; נישט נאָר די, װאָס אַרבעטן מיט און לטובֿת די חסידים, נאָר אױך דאָקטױרים אָנגעשטעלטע פֿון שטאָטישן געזונט־אָפּטייל, װאָס פּרוּװן אָנװענדן זײער מעדיציניש מבֿינות אױף די געזונט־פּראָבלעמען פֿון עמך.

ווי אַן אינטערניסט און ביאָ־עטיקער בין איך שוין פֿון לאַנג שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין דעם, װי אַזױ מע קען אַװעקשטעלן די אינטערעסן און פּראָבלעמען פֿון סתּם יחידים אין ראַם פֿון דער ריזיקער געזונט־סיסטעם. טאַקע דערפֿאַר האָב איך, אין איינעם מיט ד״ר חנה מײזער, די פֿאַרבינדלערין פֿון ניו־יאָרקער געזונט־אָפּטייל מיט דער גאָר פֿרומער קהילה, קאָאָרדינירט די זיצונג.

כאָטש דער שמועס איז געװען אַ װײַטגרײכיקער, האָט מען זיך קאָנצענטרירט אױף פֿיר הױפּטטעמעס: די סיבות פֿאַרן אומצוטרױ פֿון חסידים צום געזונט־עסטאַבלישמענט; די גרעסטע געזונטזאָרגן בײַ די חסידים; די גרופּעס אין דער קהילה װאָס האָבן נישט קיין גלײַכן צוטריט צו מיטלען צו פֿאַרזיכערן זײער געזונט, און װי אַזױ אַזאַ גרופּע זאָל װײַטער אָנגײן.

אומצוטרױ צו געזונט־פּראָפֿעסיאָנאַלן

לויט די געזונט־אַרבעטער וואָס האָבן זיך באַטײליקט אױף דער זיצונג, קען מען דאָס דערקלערן מיט עטלעכע פֿאַקטאָרן. די זאָרג וועגן אַ סטיגמע (עפֿנטלעכער בושה) שאַפֿט שוועריקייטן בײַם אַרומרעדן געוויסע געזונט־ענינים ווי, למשל, פּראָבלעמען מיטן גײַסטיקן געזונט; דעם באַנוץ פֿון נאַרקאָטיק אָדער אַלקאָהאָל; סעקסועלע פּראָבלעמען, אָדער ברוטאַליטעט קעגן דעם אייגענעם ווײַב, מאַן אָדער סעקסועלן פּאַרטנער. אַ סך חרדים האַלטן אַז די אינפֿאָרמאַציע װאָס קומט „פֿון אױבן אַראָפּ‟ איז נוגע־בדבֿר, אַז די אויטאָריטעטן טוען עס בלויז צוליב אייגענע אינטערעסן, בשעת ידיעות וואָס מע באַקומט פֿון „אַ היימישן‟ באַטראַכט מען פֿאַר מער פֿאַרלאָזלעך. די טראַװמע און מורא שפּילן אױך אַ ראָלע בײַם באַשטימען װעלכע פּראָבלעמען מע מעג אַרומרעדן בפֿרהסיא און װעלכע — נישט. פֿאַראַן אױך אַ סך אַלטערנאַטיװע געזונט־גלױבנס װאָס זײַנען נישט באַזירט אויף דער װיסנשאַפֿט.

די גרעסטע געזונטזאָרגן

אַ סך צײַט האָט מען אָפּגעגעבן דעם אַרומרעדן װאַקצינען, װאָס יעדער אָנערקענט װי אַ גאָר וויכטיקער ענין, אַפֿילו די װאָס געפֿינען זיך אין דער אַנטי־װאַקצינען־מחנה. מע האָט זיך געטײלט מיט באַריכטן און אַנעקדאָטן װעגן געוויסע עלטערן און זײערע מײנונגען. אַ צאָל טאַטעס און מאַמעס, זאָגט מען, בײַטן זײער אַנטי־װאַקצינען־צוגאַנג אונטערן דרוק פֿון די ישיבֿות װוּהין מע מוז פֿאַרשרײַבן די קינדער.

מע האָט אױך אַרומגערעדט אַנדערע װיכטיקע געזונט־ענינים, אַרײַנגערעכנט די קרענק־פֿאַרהיטונג (טעסטן פֿאַר קישקע־ראַק און ברוסטראַק), דאָס געזונט פֿונעם האַרץ און מעטאַבאָלישער סיסטעם (הױכער בלוטדרוק, צוקער, די וויכטיקייט פֿון מאַכן געניטונגען און זיך האַלטן בײַ אַ גוטער דיעטע); װאַקצינען; סעקסועלע אינפֿעקציעס; גײַסטיק געזונט (דעפּרעסיע, שטוב־רציחה); דער באַנוץ פֿון סובסטאַנצן; און פֿאַרשײדענע פּסיכאָ־סאָציאַלע פּראָבלעמען װי, למשל, דאָס אױפֿהאָדעװען קינדער — אַ שווערע אַרבעט װאָס װערט נישט באַצאָלט און נישט גענוג אָפּגעשאַצט.

נישט־באַדינטע גרופּעס אין דער קהילה

מע האָט אַרומגערעדט גרופּעס װאָס זײַנען נישט גענוג באַדינט, און אַפֿילו באַעװלט, פֿון דער איצטיקער געזונט־סיסטעם, אַרײַנגערעכנט 1) פֿרױען נאָכן קימפּעט; 2) פֿרויען װאָס װעלן מער נישט האָבן קינדער און די גרופּע װאָס מע האָט אַרומגערעדט צום מערסטנס: די אָפּגעפֿאָרענע חרדים („אָו־טי־דיס‟)

װאָס װײַטער

דער דאָזיקער שמועס איז געװען בלויז דער ערשטער טראָט. יעדער האָט מסכּים געווען, אַז די געזונט־אַרבעטער וואָס אַרבעטן לטובֿת דעם חסידישן ציבור מוז האָבן דעם שטיץ סײַ פֿון די רבנים, סײַ פֿון עמך אַליין. עטלעכע האָבן אױך באַמערקט אַז אַ סך אָרגאַניזאַציעס פֿאַרנעמען זיך שױן מיט געזונט־דערציִונג און געזונט־באַדינגונגען אין דער דאָזיקער געזעלשאַפֿט, און ס׳קען זײַן אַז מע דופּליקירט אומזיסט די אַרבעט. דערצו איז מעגלעך, אַז חסידים װײסן פּשוט נישט װעגן אַלע רעסורסן װאָס זײַנען שױן פֿאַראַן. װעט מען במשך פֿון די קומעדיקע װאָכן און חדשים פּרוּװן אױסגעפֿינען װעלכע אינפֿאָרמאַציע פֿעלט דער חסידישער באַפֿעלקערונג צום מערסטנס, און װי אַזױ דאָס צו פֿאַרשפּרײטן.