ווייניק פּאָגראָמען אין ליטע פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה

Surprisingly Few Pogroms in Lithuania before World War I

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published December 21, 2018.
Central European University Press

דאָס נײַע בוך פֿונעם ליטװישן היסטאָריקער דאַריוס סטאַליונאַס באַהאַנדלט דעם אַנטיסעמיטיזם אין ליטע אין דער תּקופֿה פֿון דער רוסישער אימפּעריע. להיפּוך צו די אַנדערע טײלן פֿון דער אַמאָליקער צאַרישער מלוכה, איז דער מצבֿ אין די ליטװישע פּראָװינצן (גובערניעס) געװען שטיל, און עס זײַנען דאָרט כּמעט ניט געװען קײן פּאָגראָמען אױף ייִדן. מיט װאָס זשע איז ליטע געװען אַנדערש פֿון אוקראַיִנע, בעסאַראַביע אָדער װײַסרוסלאַנד, װוּ עס האָבן צװישן 1881 און 1915 אויסגעבראָכן הונדערטער פּאָגראָמען?

סטאַליונאַס האָט גרונדיק געפֿאָרשט די פּרעסע, אַרכיװן, זכרונות און אַנדערע מקורים פֿון יענער צײַט. זײַן שטודיע באַטראַכט דעם שטח, װאָס נעמט אַרײַן די װילנער, קאָװנער און סוּװאַלקער גובערניעס (פּראָװינצן) פֿון דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע, װוּ די קריסטלעכע תּושבֿים זײַנען לרובֿ געװען עטנישע ליטװינער. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע געגנטן אינעם ייִדישן תּחום־המושבֿ איז ליטע געװען עקאָנאָמיש צוריקגעשטאַנען. ייִדישע הענדלער און בעל־מלאכות האָבן געװױנט אין שטעט און שטעטלעך, בעת ליטװינער זײַנען געװען פּױערים אין קלײנע דערפֿער און כוטאָרן. יעדע עדה האָט געלעבט באַזונדערס, און מען האָט זיך כּמעט ניט געמישט. ניט קײן סך האָט זיך געענדערט אין לעבן אין משך פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט, און די באַציִונגען צװישן ייִדן און קריסטן זײַנען געװען סטאַביל.

אײניקע היסטאָריקער האַלטן, אַז דװקא די עקאָנאָמישע מאָדערניזאַציע האָט גורם געװען דעם אױפֿברױז פֿון אַנטיסעמיטיזם אין דרום־אוקראַיִנע סוף־נײַנצנטן יאָרהונדערט. די צװײטע סיבה איז די צאַרישע פּאָליטיק, װאָס האָט געמאַכט פֿון ייִדן אַ כּפּרה־הינדל פֿאַר די אײגענע דורכפֿאַלן. דער רעזולטאַט: אַ כװאַליע פֿון פּאָגראָמען אַרום 1905, די צײַט פֿון דער דורכגעפֿאַלענער רעװאָלוציע, אין װעלכער ייִדן האָבן זיך אַקטיװ באַטײליקט. און דריטנס, שטעקן הינטער די פּאָגראָמען אוראַלטע קריסטלעכע גלױבענישן, װאָס האַלטן ייִדן שולדיק פֿאַר דער קרײצונג פֿון יעזוס און זײַנען זײ אויך חושד אין נוצן דאָס קריסטלעכע בלוט צו באַקן מצות. דאָס זײַנען, אַזױ צו זאָגן, אָביעקטיװע גורמים, װאָס זײַנען אַ פּועל־יוצא פֿון היסטאָרישע אומשטענדן. אָבער אַ פּאָגראָם איז אַ פּלוצעמדיקער אױסבראָך פֿון געװאַלד װאָס לאָזט זיך ניט דערקלערן דורך אָט די אָביעקטיװע סיבות אַלײן.

סטאַליונאַס מאַכט אַ פּרטימדיקן אַנאַליז פֿון פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון אַנטיסעמיטיזם אין ליטע: די עקאָנאָמישע, פּאָליטישע, רעליגיעזע און עטנישע און באַטראַכט אײניקע פֿאַלן פֿון פּאָגראָמען אין ליטװישע שטעטלעך פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה. סך־הכּל זײַנען דאָרט געװען צען פּאָגראָמען, װאָס איז אַ קנאַפּער צאָל אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע געגנטן פֿון דער רוסישער אימפּעריע. ער קומט צום אױספֿיר, אַז די הױפּט־סיבה פֿון פּאָרגאָמען אין ליטע איז געװען די רעליגיעזע. דערצו דאַרף מען האַלטן אין זינען, אַז די עקאָנאָמישע קאָנקורענץ צװישן ייִדן און קריסטן איז געװאָרן שטאַרקער בײַם סוף פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט, און דאָס האָט נאָך מער אָנגעשטרענגט צי באַציִונגען צװישן זײ. חוץ דעם האָט מען געהערט קלאַנגען, אַז די רוסישע רעגירונג האָט דערלױבט צו שלאָגן ייִדן. אין דער אמתן האָט די אָרטיקע פּאָליציי געפּרוּװט ניט צו דערלאָזן קײן הריגה, װײַל דאָס האָט געשטערט דער אָרדענונג.

סוף נײַנצנטן יאָרהונדערט האָט זיך דער ליטװישער נאַציאָנאַליזם צעװאַקסן. אָבער סטאַליונאַס האַלט, אַז די ליטװישע נאַציאָנאַליסטן האָבן ניט געהאַלטן ייִדן פֿאַר זײער הױפּט־שׂונא. װיכטיקערע קעגנער זײַנען געװען די רוסישע אימפּעריע און די פּאָליאַקן. און היות װי די ליטװישע נאַציאָנאַלע באַװעגונג איז נאָך געװען שװאַך, האָט זי זיך גענײטיקט אין שטיצע מצד די ייִדן. אײניקע ייִדישע כּלל־טוער אין קאָװנע און װילנע האָבן טאַקע געשטיצט ליטװינער, מיט אַ האָפֿענונג צו באַקומען אַ ברײטע נאַציאָנאַל־קולטורעלע אױטאָנאָמיע אין דער קומעדיקער ליטװישער מלוכה. אין די פּאָגראָמען פֿון 1905 אין אוקראַיִנע און װײַסרוסלאַנד האָבן אַ װיכטיקע ראָלע געשפּילט רוסישע נאַציאָנאַליסטן, װאָס האָבן באַטראַכט ייִדן פֿאַר שׂונאים פֿון דער רוסישער אימפּעריע און דעם רוסישן פֿאָלק. אָבער אין ליטע האָבן די רוסישע נאַציאָנאַליסטן ניט געהאַט קײן השפּעה.

סטאַליונאַסעס שטודיע ענדיקט זיך אין 1915, מיט די ברוטאַלע גירושים פֿון ייִדן פֿון דער פֿראָנט־זאָנע דורך דער רוסישער אַרמײ בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה. די ליטװישע רעפּובליק, װאָס איז אַנטשטאַנען אױף די חורבֿות פֿון דער רוסישער אימפּעריע אין 1918, האָט טאַקע געגעבן ייִדן אַ קולטורעלע אױטאָנאָמיע, אָבער מיט דער צײַט האָט די ליטװישע רעגירונג זי צוגענומען. דער מצבֿ פֿון ייִדן אין דער ליטװישער רעפּובליק פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה איז געװען רעלאַטיװ גוט, בפֿרט אין פֿאַרגלײַך מיט פּױלן און רומעניע. די געשיכטע פֿונעם ייִדיש־ליטװישן צוזאַמענלעבן האָט געהאַט אַ טראַגישן סוף אין די ערשטע חדשים פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע אין 1941, װען ליטװינער האָבן זיך אַקטיװ באַטײליקט אין הרגענען ייִדן. אָבער װי עס באַװײַזט די גרונדיקע שטודיע פֿון דאַריוס סטאַליונאַס, האָט דער חורבן פֿונעם ליטװישן ייִדנטום ניט געהאַט קײן טיפֿע היסטאָרישע װאָרצלען. דאָס איז אַ טראַגישער באַװײַז, װי אומזיכער איז געװען דער מצבֿ פֿון ייִדן אין מיזרח־אײראָפּע צװישן צװײ טאָטאַליטאַרישע רעזשימען, היטלערס דײַטשלאַנד און סטאַלינס רוסלאַנד.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.