אַבֿרהם נאָווערשטערן באַקומט „מענדעלע פּרעמיע‟

Avraham Novershtern Receives Mendele Prize

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 24, 2018.
אַבֿרהם נאָווערטשערן אויף דער צערעמאָניע.
Bella Bryks-Klein
אַבֿרהם נאָווערטשערן אויף דער צערעמאָניע.

אַחוץ אירע פּלאַזשעס און נאַכטקלובן איז תּל־אָבֿיבֿ אויך באַקאַנט ווי אַ שטאָט, וואָס טיילט צו אַ צאָל פּרעמיעס, כּדי צו אָנערקענען אירע אײַנוווינער פֿאַר זייערע דערגרייכונגען אויף אַ סך פֿאַרשידענע געביטן.

צווישן זיי טיילט תּל־אָבֿיבֿ אויס די איינציקע מלוכישע פּרעמיע אויף דער וועלט פֿאַר דערגרייכנונגען אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. די פּרעמיע, אויפֿן נאָמען פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים, האָט מען צום ערשטן מאָל צוגעטיילט אין 1976. דעם 16טן דעצעמבער האָט מען אויף אַ פֿײַערלעכער צערעמאָניע צוגעטיילט די פּרעמיע דעם פּראָפֿעסאָר, פֿאָרשער, שרײַבער און איבערזעצער ד׳׳ר אַבֿרהם נאָווערשטערן.

אַבֿרהם נאָווערשטערן מיט דער פּרעמיע.
Bella Bryks-Klein
אַבֿרהם נאָווערשטערן מיט דער פּרעמיע.

ד׳׳ר נאָווערשטערן, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין אַרגענטינע אין 1951, איז שוין לאַנגע יאָרן צווישן די וויכטיקסטע פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, ווי אויך אַ פּראָמינענטע געזעלשאַפֿטלעכע פֿיגור אין ישׂראל אויפֿן געביט פֿון מאַמע־לשון. אַחוץ זײַן אַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט און ווי דער דירעקטאָר פֿונעם „שלום־עליכם־הויז‟ אין תּל־אָבֿיבֿ, דער אַנשטאַלט וואָס לערנט מער סטודענטן ייִדיש ווי אַלע אַנדערע לערן־אַנשטאַלטן אויף דער וועלט (צווישן 500 און 700 אַ יאָר), האָט ער אַרויסגעגעבן צענדליקער אַרטיקלען וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור. ער איז באַקאַנט, איבערהויפּט, פֿאַר זײַנע פֿאָרשונגען וועגן די ווערק פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, צווישן זיי: אַ פֿולשטענדיקע ביבליאָגראַפֿיע, ווי אויך זײַנע פֿאָרשונגען וועגן דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור. דערצו האָט ער אָנגעשריבן אַ לערנבוך פֿאַר אַוואַנסירטע סטודענטן פֿון ייִדיש און געהאָלפֿן גרייטן צום דרוק צענדליקער וויסנשאַפֿטלעכע ביכער אויף ייִדיש, העברעיִש און ענגליש וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, אַרײַנגערעכנט אַ ריי מאָנאָגראַפֿיעס פֿון זײַן מענטאָר חנא שמערוק ז׳׳ל.

די לעצטע צוויי שרײַבער צו באַקומען די „מענדעלע־פּרעמיע‟ זענען געווען יצחק לודען ז׳׳ל אין 2010, און בני מער אין 2017. צווישן די אַנדערע שרײַבער, וואָס האָבן באַקומען די פּרעמיע: צבֿי אײַזנמאַן ז׳׳ל, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, מרדכי צאַנין ז׳׳ל , אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש ז׳׳ל, בינעם העלער ז׳׳ל און די מיטאַרבעטער פֿון דער צײַטונג „לעצטע נײַעס.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.