נישטאָ מער שׂימחה רותּם, לעצטער וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטענדלער

Simcha Rotem, Last Surviving Warsaw Ghetto Fighter, Has Died

פֿון מאַרסי אָסטער (ייִט׳׳אַ)

Published December 26, 2018.
שׂימחה רותּם ווערט באַערט אין וואַרשע אין 2013 אויפֿן אָרט, וווּ ער און 80 מיטקעמפֿער זענען אַרויס פֿון דער געטאָ דורך דער קאַנאַליזאַציע.
Getty Images
שׂימחה רותּם ווערט באַערט אין וואַרשע אין 2013 אויפֿן אָרט, וווּ ער און 80 מיטקעמפֿער זענען אַרויס פֿון דער געטאָ דורך דער קאַנאַליזאַציע.

שׂימחה רותּם, דער לעצטער ייִדישער קעמפֿער וואָס האָט אָנטייל גענומען אינעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, איז געשטאָרבן אין ירושלים דעם 22סטן דעצעמבער צו 94 יאָר.

רותּם איז צום בעסטן באַקאַנט געווען לויט זײַן פּוילישן קריגסנאָמען — קאַזיק.

„מיר האָבן פֿאַרלוירן אַן אייגנאַרטיקע פֿיגור, ווײַל קאַזיק איז געווען אַן עכטער קעמפֿער אינעם פֿולן זין פֿון וואָרט,‟ האָט איבערגעגעבן אַבֿנר שלו (שאַלעוו), דער פֿאָרזיצער פֿון „יד־ושם‟ אין אַ דערקלערונג פֿאַר דער פּרעסע. „ער איז געווען אַ מוטיקער און המצאהדיקער יונגער קעמפֿער. קאַזיק איז ניט געווען קיין פּאָליטישע פֿיגור, נאָר אַ מענטש וואָס האָט געשטרעבט צו פֿאַרזיכערן, אַז מע זאָל געדענקען דעם חורבן און האָט דערפֿאַר געדינט אויף דער קאָמיסיע פֿונעם ׳חסידי אומות העולם.׳‟

רותּם (פֿון דער היים: שׂימחה רויטהײַזער) איז געבוירן געוואָרן אין 1924 אין וואַרשע. צו צוועלף יאָר האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אין די רייען פֿון דער ציוניסטישער יוגנט־באַוועגונג „הנוער הציוני‟. בײַם אָנהייב פֿון דער מלחמה איז ער פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן פֿון אַ דײַטשישער באָמבע וואָס איז געפֿאַלן אויף זײַן הויז, אומברענגנדיק זײַן ברודער ישׂראל און פֿיר אַנדערע קרובֿים.

אין 1942 איז ער געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער „ייִדישער קאַמפֿס־אָרגאַניזאַציע‟ און אָנטייל גענומען אינעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד ווי אַ שליח. עטלעכע מאָל האָט ער זיך אַרויסגעגנבֿעט פֿונעם געטאָ, כּדי צו ברענגען די געטאָ־קעמפֿער אין זייערע בונקערס ידיעות פֿון דער אַרישער צײַט פֿון שטאָט. בײַם סוף פֿונעם אויפֿשטאַנד האָט ער זיך אָנגעשטויסן אויף די סאַמע לעצטע קעמפֿער, וואָס זענען פֿאַרבליבן אין געטאָ און זיי אַרויסגעפֿירט פֿון געטאָ דורך דער קאַנאַליזאַציע, ראַטעווענדיק דערבײַ דאָס לעבן פֿון 80 פֿון זײַנע מיטקעמפֿער. ער האָט שפּעטער געהאָלפֿן אַרײַנשמוגלען עסן און געווער צו די ייִדן, וואָס זענען פֿאַרבליבן אויף דער אַרישער זײַט פֿון דער שטאָט און אין די אַרומיקע וועלדער. ער האָט אויך געקעמפֿט אינעם אַלגעמיינעם וואַרשעווער אויפֿשטאַנד.

אין 1946 האָט ער זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל, וווּ די בריטישע מאַכט האָט אים גלײַך פֿאַרשפּאַרט אין אַ לאַגער לעבן חיפֿה. ווען מע האָט אים אַרויסגעלאָזט האָט ער האָט זיך אָנגעשלאָסן אין די רייען פֿון דער „הגנה‟ און געקעמפֿט אין דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה.

אין 2013 האָט די פּוילישע רעגירונג אים באַלוינט מיטן לאַנדס העכסטן מיליטערישן אָרדן. הײַיאָר האָט ער, אָבער, שאַרף קריטיקירט די פּוילישע רעגירונג צוליב איר נײַער שטעלונג צום חורבן, וואָס האַלט, אַז קיין פּאָליאַקן האָבן ניט קאָלאַבאָרירט מיט די דײַטשן.

אין אַ דערקלערונג פֿאַר דער פּרעסע האָט דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין געזאָגט, אַז „דער דאָזיקער מענטש, וואָס האָט אויף אַ צײַט געמיינט, אַז ער איז דער סאַמע לעצטער ייִד אין גאַנץ וואַרשע, האָט דערלעבט צו זײַן דער סאַמע־לעצטער וואַרשעווער געטאָ־קעמפֿער. אַז מע האָט אים געפֿרעגט, וואָס ער וויל לערנען דער ישׂראלדיקער יוגנט, האָט ער געענטפֿערט: ׳קודם צו זײַן אַ מענטש. מיר זענען דאָך בלויז חיות וואָס גייען אויף צוויי פֿיס — ניט מער און ניט ווייניקער. עס זענען צווישן אונדז דאָ אָבער אַזעלכע, וואָס עס קומט זיי דער נאָמען מענטש.‘‟

שׂימחה האָט פֿאַראָבֿלט צוויי קינדער און פֿינף אייניקלעך.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.