„מאָניש‟ וועט פאָרגעשטעלט ווערן מיט אַ נײַער מוזיקאַלישער באַגלייטונג

"Monish" To Be Performed with New Score

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 27, 2018.
שיין בייקער.
Congress for Jewish Culture
שיין בייקער.

אין י. ל. פּרצס פּאָעמע „מאָניש‟ ווערט דער אַנטי־העלד, אַ ישיבֿה־בחור וואָס גייט אַראָפּ פֿון דרך צוליב זײַן ליבע פֿאַר דער גויע מאַריע, ניט בלויז קאָרומפּטירט דורך לילית און דעם טײַוול, נאָר דווקא אויך דורך דער מאָדערנער גוייִשער מוזיק.

ס׳איז פּאַסיק דערפֿאַר, וואָס די מוזיק וועט שפּילן אַ הויפּטראָלע אין אַ נײַער פֿאָרשטעלונג פֿון „מאָניש‟ אין ניו־יאָרק. דער אַקטיאָר שיין בייקער וועט מיטוואָך, דעם 2טן יאַנואַר, רעציטירן פּרצס פּאָעמע ווי אַ טייל פֿון אַ קאָנצערט פֿונעם פּיאַניסט און קאָמפּאָזיטאָר דוד סערעבריאַק. איינע פֿון די קאָמפּאָזיציעס, וואָס סערעבריאַק וועט שפּילן איז זײַן אייגענע באַגלייטונג צו „מאָניש‟. בעת בייקער רעציטירט די ווערטער פֿון פּרץ, וועט סערעבריאַק שפּילן די מוזיק, אין וועלכער מע קען הערן זײַן אינטערפּרעטאַציע פֿון דער פּאָעמעס הויפּט־אַנטאַגאָניסטקע מאַריעס געזאַנג.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען 7:30 אין אָוונט בײַם „סקאָרקע־האָל‟ אינעם Opera America Center אויף דער זיבעטער עוועניו אין מאַנהעטן. דער אײַנטריט איז 25$.

נאָך אינפֿאָרמאַציע און כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט, באַזוכט.