מאַקסים װינאַװער, אַ ייִדישער כּלל־טוער אין צאַרישן רוסלאַנד

Maxim Vinaver, a Jewish Activist in Tsarist Russia

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published December 28, 2018.
מאַקסים װינאַװער און וויקטאָר קעלנערס בוך וועגן אים.
St. Petersburg University Press/Wikimedia
מאַקסים װינאַװער און וויקטאָר קעלנערס בוך וועגן אים.

מאַקסים (מרדכי) װינאַװער (1862 - 1926) געהערט צו די סאַמע צענטראַלע פֿיגורן פֿון דער מאָדערנער רוסיש־ייִדישער געשיכטע. ער איז געװען אײנער פֿון די די חשובֿסטע רוסישע אַדװאָקאַטן, אַ פּראָמינענטער ליבעראַלער פּאָליטיקער, און אַ ייִדישער כּלל־טוער. זײַן פּרטימדיקע ביאָגראַפֿיע, אָנגעשריבן דורך דעם פּעטערבורגער היסטאָריקער פּראָפֿעסאָר װיקטאָר קעלנער, איז אַרױס אינעם פֿאַרלאַג פֿונעם פּעטערבורגער „אײראָפּעיִשן אוניװערסיטעט‟. דער טיטל פֿונעם בוך „שילד: מאַקסים װינאַװער און די ייִדישע פֿראַגע אין רוסלאַנד סוף 19טן ־אָנהײב 20טן יאָרהונדערט‟ דערמאָנט אָן דעם נאָמען פֿונעם זאַמלבוך „שילד‟, װאָס אַ גרופּע אָנגעזעענע רוסישע ליטעראַטן האָט אַרױסגעגעבן כּדי אַרױסצוּװײַזן זײער סאָלידאַריטעט מיט ייִדן קעגן אַנטיסעמיטישע רדיפֿות פֿונעם צאַרישן רעזשים. אײנצײַטיק באַצײכנט דאָס װאָרט די ראָלע, װאָס װינאַװער האָט גענומען אױף זיך, כּדי צו באַשיצן זײַן פֿאָלק דורך פּאָליטישע און לעגאַלע מיטלען.

װינאַװער איז געװען אַ ייִדישער כּלל־טוער פֿון אַ נײַעם שניט, װאָס איז אַנטשטאַנען סוף נײַנצנטן יאָרהונדערט. ביז דעמאָלט איז די ייִדישע עפֿנטלעכע פּאָליטיק אין רוסלאַנד געװען אין די הענט פֿון רײַכע שתּדלנים, אָבער דער אַנטיסעמיטישער נאָך די פּאָגראָמען פֿון 1881 - 1882 האָט דערװיזן, אַז זײער טעטיקײט האָט ניט קײן פּעולה. װינאַװער האָט זיך קונה־שם געװען װי אַ רוסישער פּאָליטיקער נאָך דער רעװאָלוציע פֿון 1905, װען ער איז געװאָרן אײנער פֿון די אָנפֿירער פֿון דער קאָנסטיטוציאָנעל־דעמאָקראַטישער פּאַרטײ („קאַדעטן‟), דעם שטאַרקסטן ליבעראַלן פּאָליטישן כּוח אין רוסלאַנד. ער האָט אױסגעפּועלט, אַז די פּאָליטישע פּראָגראַם פֿון זײַן פּאַרטײ זאָל אַרײַננעמען אַ ספּעציעלע פֿאָדערונג פֿון גלײַכע רעכט פֿאַר ייִדן.

ייִדישע ליבעראַלן זײַנען לרובֿ געװען מיטגלידער פֿון דער הױפּטשטאָטישער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ. זײ האָבן געגלױבט, אַז די רוסישע אימפּעריע לאָזט זיך רעפֿאָרמירן אױף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן, און דאָס װעט שוין אויך לײזן די „ייִדישע פֿראַגע‟. אָבער מער פּאָפּולער אױף דער ייִדישער גאַס זײַנען געװען צװײ אַנדערע, מער ראַדיקאַלע פּאָליטישע שטראָמען: ציוניזם און סאָציאַליזם. זײער השפּעה איז געװאָרן נאָך שטאַרקער נאָך דעם קעשענעװער פּאָגראָם פֿון 1903. ניט ציוניסטן און ניט סאָציאַליסטן האָבן ניט געגלױבט אין ליבעראַלע רעפֿאָרמען און האָבן זיך אונטערגענומען צו שאַפֿן ספּעציעלע ייִדישע פּאָליטישע אָרגאַניזאַציעס כּדי צו פֿאַרטײדיקן די אײגענע אינטערעסן. װי אַן אַדװאָקאַט, האָט זיך װינאַװער אַקטיװ באַטײליקט אין פֿאַרטײדיקן ייִדישע אַקטיװיסטן אינעם רוסישן געריכט, אָבער װי אַ פּאָליטיקער האָט ער ניט געשטיצט זײער טעטיקײט. דער סאַמע שטאַרקסטער פּאָליטישער קעגנער זײַנער איז געװען דער יונגער ציוניסט װלאַדימיר (זאבֿ) זשאַבאָטינסקי, װעלכער האָט ניט געגלױבט, אַז ייִדן קענען האָבן װאָסער ניט איז חלק אינעם צוקונפֿטיקן רוסלאַנד.

קעלנערס בוך מאָלט אַ לעבעדיק בילד פֿון װינאַװערס פֿילזײַטיקער טעטיקײט אין דער אַטמאָספֿער פֿון דער עפֿנטלעכער אױפֿלעבונג פֿונעם רוסישן ייִדנטום אין די ערשטע יאָרן פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. דער נײַער דור ייִדישע עסקנים האָט זיך אַקטיװ אַרײַנגעמישט אין דער רוסישער פּאָליטיק דורך פֿאַרשידענע קאַנאַלן. די רײַכע פּני פֿונעם רוסישן ייִדנטום האָבן משתּדל געװען בײַ ליבעראַלע מיטגלידער פֿון דער צאַרישער רעגירונג און מיט אױסלענדישע פּאָליטיקער, בעת בונדיסטישע און ציוניסטישע אַקטיװיסטן האָבן אָרגאַניזירט ייִדישע מאַסן אין דער פּראָװינץ. די רעלאַטיװ קלײנע צאָל ליבעראַלן מיט װינאַװערן בראָש האָבן געפּרוּװט אױפֿצובױען אַ בריק צװישן דער אַלגעמײנער רוסישער פּאָליטיק און ספּעציעלע ייִדישע אינטערעסן װײַל זײ האָבן געגלױבט, אַז רוסישע ייִדן דאַרפֿן זײַן אַ טײל פֿון דער רוסישער געזעלשאַפֿט. דערפֿאַר האָבן זײ געהאַלטן, אַז דער ענין פֿון פּאָליטישע און בירגערלעכע רעכט פֿאַר ייִדן דאַרף מען לײזן אין אַ ברײטערן גערעם, אין אײנעם מיט אַנדערע אַקטועלע פּאָליטישע ענינים, אַזעלכע װי פֿולע רעכט פֿאַר פֿרױען און אַן אױטאָנאָמיע פֿאַר פּױלן.

אָבער אַפֿילו אַזאַ באַגרענעצטע פּאָליטישע פּראָגראַם איז געװען צו ראַדיקאַל פֿאַר דער צאַרישער רעגירונג. װינאַװע איז אױסגעקליבן געװאָרן װי אַ דעפּוטאַט פֿון דער ערשטער מלוכישער „דומע‟ (פּאַרלאַמענט) אין 1906, װוּ ער איז געװאָרן אײנע פֿון די װיכטיקסטע פֿיגורן. די דאָזיקע דומע איז צעלאָזט געװאָרן נאָך 72 טעג, װײַל איר טעטיקײט איז ניט געװען צום האַרצן דעם צאַר ניקאָלײַ דעם צװײטן. מען האָט ספּעציעל פֿאַרװערט װינאַװערן צו באַלאָטירן זיך אין די קומעדיקע דומעס. דעמאָלט האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיט דער ייִדישער טעטיקײט. אין אײנעם מיט דעם היסטאָריקער שמעון דובנאָװ און דעם שרײַבער און עטנאָגראַף ש. אַנ־סקי איז װינאַװער געװאָרן אײנער פֿון די גרינדער פֿון דער ייִדישער היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישער געזעלשאַפֿט. פּאָליטיש האָבן זײ געהערט צו ביז גאָר פֿאַרשידענע ריכטונגען: אַנ־סקי איז געװען אַ סאָציאַליסט־רעװאָלוציאָנער און דובנאָװ האָט געשטיצט די אידעע פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַל־קולטורעלער אױטאָנאָמיע אין גלות, אָבער זײ האָבן נאָענט מיטגעאַרבעט אין ייִדישע קולטורעלע אָרגאַניזאַציעס.

קעלנערס ביאָגראַפֿישע שטודיעס פֿון מאַקסים װינאַװער און שמעון דובנאָװ, װי אױך גאַלינאַ עליאַסבערגס ביאָגראַפֿיע פֿון ישׂראל צינבערג, זײַנען צװישן די סאַמע װיכטיקע נײַע רוסישע פֿאָרשונגען אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. צום באַדױערן, בלײַבן זײ עד־היום ניט צוטריטלעך פֿאַר די לײענער, װאָס קענען ניט לײענען קיין רוסיש. זײ װאָלטן זיך זײער גוט צוגעפּאַסט צו דער ביאָגראַפֿישער סעריע „ייִדישע לעבנס‟, װאָס גײט אַרױס דורכן פֿאַרלאַג פֿונעם יעל־אוניװערסיטעט.