„שלח את עמי‟ – קיין אויסטראַליע

Let My People Go - To Australia

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 02, 2019.
יצחק־נחמן שטיינבערג; אַ זיצונג פֿון לענינס קאַבינעט.
יצחק־נחמן שטיינבערג; אַ זיצונג פֿון לענינס קאַבינעט.

דער אייבערשטער האָט צוגעזאָגט משה רבינו אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ. אין דער הײַנטיקער פּרשת „ואראָ‟ ווערט דערציילט וועגן די אויסטערלישע געטלעכע מכּות, וואָס האָבן צעקלאַפּט מצרים איינע נאָך דער צווייטער.

וווּהין האָט משה רבינו געוואָלט אַרויספֿירן זײַן פֿאָלק? אינעם מידבר, צו דינען דאָרטן דעם באַשעפֿער — האָט ער דערקלערט דעם עקשנותדיקן מיצרישן קיניג. נישט לאַנג צוריק, אין שײַכות מיט פּרשת „ויגש‟, האָבן מיר דערמאָנט דעם איזשביצער רבין. אין זײַן ספֿר „מי השילוח‟ שרײַבט ער: ס׳איז בעסער צו שטאַרבן פֿון הונגער אין מידבר ווי אַ פֿרײַער מענטש, איידער צו לעבן ווי אַ זאַטער שקלאַף.

מוצאי־שבת, כ״ט בטבֿת, פֿאַלט אויס דער יאָרצײַט פֿון יצחק־נחמן שטיינבערג — אַ ראַדיקאַל־לינקער רעוואָלוציאָנער, אַ פּראָמינענטער ייִדיש־טוער, אַן אייגנאַרטיקער דענקער און אַ פֿרומער ייִד. ער וואָלט זיכער מיטן גאַנצן האַרצן מסכּים געווען מיט די ווערטער פֿונעם איזשביצער צדיק.

יצחק־נחמן שטיינבערג איז געבוירן געוואָרן אין 1888 אין דווינסק (דענאַבורג), לעטלאַנד, אין אַ וועלטלעך־געבילדעטער פֿרומער משפּחה. בעתן שטודירן אינעם מאָסקווער אוניווערסיטעט, איז ער עטלעכע מאָל אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר זײַן רעוואָלוציאָנערער טעטיקייט; זיצנדיק אין טורמע, האָט ער זיך פּרינציפּיעל אָפּגעזאָגט פֿונעם טרייפֿענעם עסן. נאָכן באַפֿרײַט ווערן האָט ער באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין יוריספּרודענץ בײַם הײַדלבערגער אוניווערסיטעט.

ווי אַ באַגאַבטער אַדוואָקאַט און אַ פּראָמינענטע פֿיגור בײַ די לינקע עסערן — דער ראַדיקאַלער פֿליגל פֿון דער רעוואָלוציאָנער־סאָציאַליסטישער פּאַרטיי — איז ד״ר שטיינבערג באַלד נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע געוואָרן דער יוסטיץ־קאָמיסאַר אין לענינס רעגירונג. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע סאָציאַליסטישע פּאַרטייען, האָבן די לינקע עסערן זיך מער אָדער ווייניקער נייטראַל באַצויגן צו רעליגיע, און זענען דערפֿאַר געווען פּאָפּולער בײַ די גלייביקע. זײַנע אַנטי־רעליגיעזע קאָלעגן האָט ד״ר שנייטבערג פֿאַרחידושט מיטן קומען יעדן שבת אויף די פֿאַרזאַמלונגען מיט אַ שבת־גוי, וועלכער האָט מיטגעטראָגן זײַן פּאָרטפֿעל. מע דערציילט, אַז ער האָט איין מאָל געפֿאָדערט אָפּצושטעלן אַ באַן אויפֿן גאַנצן שבת, כאָטש לענין אַליין איז געווען אינעווייניק.

שטיינבערג אין לענינס רעגירונג, דער ערשטער פֿון לינקס
שטיינבערג אין לענינס רעגירונג, דער ערשטער פֿון לינקס

נישט לאַנג האָט געדויערט שטיינבערגס פּאָליטישע קאַריערע. אין מאַרץ 1918 האָט ער רעזיגנירט און אין 1923 אַוועקגעפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד.

ווען די נאַציס זענען געקומען צו דער מאַכט, איז ער אַנטלאָפֿן קיין לאָנדאָן, וווּ ער האָט מיטגעגרינדעט די „פֿרײַלאַנד־ליגע‟, אַ פּראָמינענטע טעריטאָריאַליסטישע אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט בעת דער מלחמה געפּרוּווט צו שאַפֿן אַן אויטאָנאָמע געגנט פֿאַר 75,000 ייִדישע פּליטים אינעם אויסטראַלישן מידבר־ראַיאָן קימבערלי. אינעם יאָר 1943 איז דער פּלאַן דורכגעפֿאַלן — סײַ צוליב די אַנטי־אימיגראַנטישע רעכטע אין אויסטראַליע, סײַ צוליב געוויסע ציוניסטישע טוער, וועלכע האָבן געגלייבט, אַז די ייִדישע פּליטים מוזן לויפֿן רק קיין ארץ־ישׂראל.

אַן אַנדער פּלאַן — צו ראַטעווען אַ גרויסע צאָל אייראָפּעישע ייִדן אין סורינאַם (דעמאָלט נאָך אַ האָלענדישע קאָלאָניע) — איז ווידער דורכגעפֿאַלן מחמת ציוניסטישע פּליאָטקעס אינעם יאָר 1944. אין זײַן בוך „די געשיכטע פֿון דער פֿרײַלאַנד־ליגע‟ דערציילט דער היסטאָריקער מיכאל אַסטור די פּרטים פֿונעם דאָזיקן ביטערן דורכפֿאַל, און דערבײַ באַשולדיקט געוויסע ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס אין אַפֿילו צולייגן אַ האַנט צום ייִדישן חורבן צוליב זייער אידעאָלאָגיע. להיפּוך צו די ציוניסטן, האָבן די טעריטאָריאַליסטן געשטרעבט צו שאַפֿן אַ באַקוועמען ייִדישן ווינקל דווקא אין גלות, בשלום און בשותּפֿות מיט די גרעסערע פֿעלקער. וועגן דעם קימבערלי־פּראָיעקט דערציילט שטיינבערג אין זײַנע זכרונות „געלעבט און געחלומט אין אויסטראַליע‟.

יצחק־נחמן שטיינבערג איז געווען זייער אַ שעפֿערישער ייִדיש־טוער, אַ מחבר פֿון אַ ריי אינטערעסאַנטע ביכער אויף ייִדיש, רוסיש, דײַטש און ענגליש. ביז זײַן פּטירה אין 1957 האָט ער רעדאַגירט דעם ניו־יאָרקער ליטעראַרישן זשורנאַל „אויפֿן שוועל‟. ביסלעכווײַז, האָט די „פֿרײַלאַנד־ליגע‟ זיך פֿאַרוואַנדלט נאָך זײַן טויט אין דער באַקאַנטער קולטורעלער אָרגאַניזאַציע „ייִדיש־ליגע‟.

נישט איין מאָל האָבן מיר ניו־יאָרקער ייִדן דערציילט, אַז ד״ר שטיינבערג פֿלעגט פֿאַרבעטן אַ סך געסט אויף שבת. ער איז געווען אַ וואַרעמער פֿרומער ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, הגם אין זײַנע וועלטלעכע ווערק איז עס שווער צו באַמערקן. ער האָט געהאַלטן, אַז רעליגיע און פּאָליטיק דאַרף מען שטרענג צעטיילן.

פֿון דעסט וועגן, טרעפֿן זיך פֿון צײַט צו צײַט אין זײַנע פּאָליטיש־פֿילאָסאָפֿישע ביכער זעלטענע תּורה־חידושים — תּמיד מיט אַן אידעאַליסטישן טעם.

אין זײַן בוך „אין קאַמף פֿאַר מענטש און ייִד‟, ציטירט ער דעם זאָג פֿון חז״ל, אַז אין משיחס צײַטן וועט ארץ־ישׂראל זיך פֿאַרשפּרייטן אויף דער גאָרער וועלט. טאַקע דערפֿאַר — האָט שטיינבערג געטענהט — „לייגט זיך אויפֿן שׂכל בלויז אַן ׳אינטערנאַציאָנאַלער ציוניזם׳, אַזוי צו זאָגן — דהײַנו, דער אַלגעמיינער מענטשלעכער קאַמף פֿאַר יושר און פֿרײַהייט.׳‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.