ווי דער „פֿאָרווערטס‟ האָט באַשריבן עמוס עוז אין 1974

How the Forverts Described Amos Oz in 1974

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 02, 2019.
עמוס עוז רעדט פֿאַר אַן עולם אין ניו־יאָרק, 1970ער יאָרן.
Forward Archive
עמוס עוז רעדט פֿאַר אַן עולם אין ניו־יאָרק, 1970ער יאָרן.

ווען די טרויעריקע בשׂורה, אַז עמוס עוז איז אַוועק אין דער אייביקייט, איז אָנגעקומען אין דער רעדאַקציע, האָט אונדזער אַרכיוויסטקע חנה פּאָלאַק גלײַך געפֿונען אַן אַרטיקל פֿון 1974, אין וועלכן דער לאַנגיאָריקער פּובליציסט אין „פֿאָרווערטס‟ אַבֿרהם שולמאַן האָט געגעבן זײַנע אײַנדרוקן פֿון עמוס עוז.

צו יענער צײַט האָט דער דעמאָלט יונגער שרײַבער געהאַלטן אַ רעפֿעראַט בײַם ייִדישן „Y‟ אויף דער 92סטער גאַס, צופֿעליק אינעם זעלביקן טאָג, אין וועלכן מע האָט אין ניו־יאָרק וואַרעם אויפֿגענומען דעם דעמאָלטיקן אָנפֿירער פֿון דער „פּאַלעסטינער באַפֿרײַונג־אָרגאַניזאַציע‟, יאַסאַר אַראַפֿאַט. אין זײַן רובריק רופֿט שולמאַן זיך אָפּ אויף עוזס פּאָליטישע מיינונגען און באַטראַכט דעם באַטײַט פֿון דעם וואָס דער שרײַבער טראָגט דעם זעלבן נאָמען ווי דער נבֿיא עמוס. שולמאַן וווּנדערט זיך, צי דער יונגער שרײַבער וועט אַמאָל זײַן ענלעך צו אים.

אַבֿרהם שולמאַן האָט אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟ אין 1954 ווי דער צײַטונגס פּאַריזער קאָרעספּאָנדענט. אָנגעקומען אין אַמעריקע איז ער אין 1960. הײַנט איז ער צום מערסטנס באַקאַנט ווי דער מחבר פֿון אַ בוך זכרונות אויף ענגליש, Adventures of a Yiddish Lecturer (אַווענטורעס פֿון אַ ייִדישן דאָצענט), וואָס דערציילט מיט הומאָר וועגן דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער קולטור אין אַמעריקע אין די 1960ער און 1970ער יאָרן. ער האָט אויך רעדאַקטירט און אַ בוך פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ The Old Country (די אַלטע היים).