נײַע מוזיק צו שטומען פֿילם פֿון 1923 בײַם ניו־יאָרקער קינאָ־פֿעסטיוואַל

New Music to Accompany 1923 Silent Film at the NY Jewish Film Festival

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 07, 2019.
אַ סצענע פֿונעם פֿילם „דאָס אַלטע געזעץ‟
Flicker Alley
אַ סצענע פֿונעם פֿילם „דאָס אַלטע געזעץ‟

אין 1923 האָט אַ גרופּע דײַטשישע ייִדישע אַקטיאָרן געמאַכט אַן אייגנאַרטיקן פֿילם וועגן דעם ייִדישן לעבן אין גאַליציע אין די 1860ער יאָרן.

אינעם פֿילם, Das Alte Gesetz (דאָס אַלטע געזעץ), אַנטלויפֿט ברוך, אַ יונגער ישיבֿה־בחור און אַ רבינס אַ זון (געשפּילט דורך ערנסט דויטש), אַוועק פֿון זײַן שטעטל און באַזעצט זיך אין ווין, וווּ אַ גראַפֿיניע אינעם קעניגליכן הויף פֿאַרליבט זיך אין אים. דער פֿילם איז אַ זעלטענער מוסטער פֿון אַ קונסטפּראָיעקט פֿון ווײַמאַר־דײַטשלאַנד וועגן דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור, וואָס מע האָט געשאַפֿן דווקא פֿאַרן ברייטן דײַטשישן עולם. דער פֿילם, רעזשיסירט פֿון עוואַלד אַנדרע דופּאָנט, איז שפּעטער צענזורירט געוואָרן און פֿילם־רעסטאַוורירער האָבן געדאַרפֿט יאָרן לאַנג זוכן אין אַרכיוון איבער דער וועלט, כּדי צו געפֿינען אַלע טיילן פֿונעם פֿילם און זיי ווידער צונויפֿשטעלן.

זונטיק, דעם 13טן יאַנואַר, וועט מען ווײַזן „דאָס אַלטע געזעץ‟ בײַם „ניו־יאָרקער ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל‟ באַגלייט מיט אַ נײַעם מוזיקאַלישן אַקאָמפּאַנימענט געשאַפֿן פֿון דער קלעזמער־פֿידלערין אַלישיאַ סוויגאַלס און דעם פֿראַנצייזישן קאָמפּאָזיטאָר און פּיאַניסט דאָנאַלד סאָסין. דער דועט וועט שפּילן די קאָמפּאָזיציע במשך פֿון דער פֿילמווײַזונג.

סאָסין איז אַ באַרימטער קאָמפּאָזיטאָר פֿון באַגלייט־מוזיק פֿאַר אַלטע שטומע פֿילמען און איז שוין אויפֿגעטראָטן מיט זײַנע פּראָגראַמען אין אַ צאָל באַרימטע קאָנצערט־זאַלן אין אַמעריקע, פֿראַנקרײַך און ישׂראל. ער האָט אויך געשאַפֿן עטלעכע אָפּערעטעס אויף ייִדישע טעמעס.

סוויגאַלס, איינע פֿון די אָנפֿירנדיקע קלעזמער־פֿידלערינס, איז אויך אַ קאָמפּאָזיטאָרין, וואָס שאַפֿט מוזיק צו באַגלייטן פֿילמען, טעלעוויזיע־פּראָגראַמען און טעאַטראַלע פּיעסעס. אַחוץ קלעזמער־מוזיק קאָמפּאָנירט זי אויך אויפֿן סטיל פֿון „מעטאַל‟, „אַמעריקאַנאַ‟ און אַנדערע.

דער פֿילם וועט געוויזן ווערן 12:30 נאָכמיטאָג אין לינקאָן־צענטער. נאָך אינפֿאָרמאַציע, און כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט, באַזוכט.