ווידעאָ: ווערמאָנט־דעפּוטאַט אַבֿרהם פּאַט באַגריסט אונדז אויף ייִדיש

WATCH: Vermont Rep Avram Patt Addresses Us In Yiddish

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published January 09, 2019.

אַבֿרהם פּאַט איז נעכטן, דעם 9טן יאַנואַר, אײַנגעשוואָרן געוואָרן צו דינען אויף צוויי יאָר ווי אַ דעפּוטאַט אינעם רעפּרעזענטאַנטן־הויז פֿון ווערמאָנט.

ער האָט פֿריִער אַמטירט אינעם זעלביקן פּאָסטן אין 2015־2016. אינעם ווידעאָ אויבן, ספּעציעל געמאַכט פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟, קען מען זען ווי פּאַט באַגריסט זײַנע וויילער אויף מאַמע־לשון.

דער בראָנקס־געבוירענער פּאָליטיקער האָט דערקלערט אין אַ שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟, אַז „די פּאָליטיק איז אין מײַן בלוט.‟ זײַנע עלטערן, עמנואל און ברכה פּאַט, זענען ביידע געווען בונדיסטישע אַקטיוויסטן אין פּוילן. נאָך דער דײַטשישער אינוואַזיע זענען זיי אַנטלאָפֿן פֿון פּוילן און געקומען קיין אַמעריקע דורך יאַפּאַן אַ דאַנק וויזעס פֿונעם יאַפּאַנישן קאָנסול אין ווילנע — טשיונע סוגיהאַראַ. דאָרט זענען זיי געבליבן אַקטיוו אין אַ ריי פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמונגען. עמנואל, פֿון פֿאַך — אַ דאָקטער, איז געווען צווישן די ערשטע שטיצער פֿונעם געדאַנק, אַז אַלע אַמעריקאַנער בירגער זאָלן באַקומען געזונט־פֿאַרזיכערונג בחינם, ווײַל דאָס איז אַ מענטשנרעכט.

אַבֿרהמס זיידע, וואָס האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף אַבֿרהמס לעבן און געדאַנקען־גאַנג, איז געווען דער בונדישער פֿירער און שרײַבער יעקבֿ פּאַט, וואָס איז אין פּוילן געווען דער סעקרעטאַר פֿון דער „צישאָ‟־שולנעץ און אין אַמעריקע דער פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט.‟

כאָטש אַבֿרהמס עלטערן און זיידע האָבן קיינמאָל ניט קאַנדידירט אויף קיין פּאָליטישע אַמטן אין אַמעריקע, האָט זייער לינק־געשטימטער צוגאַנג צו דער פּאָליטיק און צו די רעכט פֿון אָרעמע־לײַט און מינדערהייטן שטאַרק געווירקט אויף אים. אַזוי ווי זײַן טאַטע און אויך אַזוי ווי אַ צווייטער ווערמאָנטער פּאָליטיקער פֿון פּויליש־ייִדישן אָפּשטאַם — בערני סאַנדערס, שטיצט פּאַט די אידעע, אַז אַלע אַמעריקאַנער זאָלן באַקומען געזונט־פֿאַרזיכערונג פֿון דער רעגירונג. ער שטיצט אויך אַ ריי שריט צו פֿאַרבעסערן די סבֿיבֿה, אַזוי ווי דאָס באַנוצן זיך מיט אַלטערנאַטיווע קוואַלן פֿון ענערגיע. ער שטיצט אויך די אַרבעטער־פֿאַראיינען און דעם פּלאַן צו בײַטן די שטײַער־סטרוקטור, אַז די רײַכע זאָלן באַצאָלן אַ גרעסערן חלק.

ווי אַזוי איז אָבער אַ ייִדיש־רעדנדיק קינד פֿון פּויליש־ייִדישע אימיגראַנטן געקומען דווקא אין די גרינע בערג פֿון ווערמאָנט? אין 1968 איז פּאַט געווען אַ סטודענט אין „קאָלומביע‟־אוניווערסיטעט ווען אַ שטרײַק האָט פֿאַרשלאָסן אַלע קלאַסן. זײַנע עלטערן האָבן געוואָלט, אַז זײַן לערנען זאָל ניט איבערגעריסן ווערן און אים דערמוטיקט ווײַטער צו לערנען אין אַן אַנדער אוניווערסיטעט. אַ דאַנק זײַנע יאָרן ווי אַ קעמפּער אין „קעמפּ־בויבעריק‟ און „קעמפּ המשך‟ האָט אַבֿרהם שטענדיק ליב געהאַט צו פֿאַרברענגען אין דער פּראָווינץ. האָט ער באַשלאָסן זיך צו פֿאַרשרײַבן אין „גאָדאַרד‟־קאַלעדזש, אַ קליינע אינסטיטוציע אינעם דאָרף „פּליינפֿילד‟. דער פֿרײַער לופֿט און רויִקער לעבנשטייגער פֿון ווערמאָנט איז אים שטאַרק געפֿעלן געוואָרן און ער וווינט דאָרט שוין 48 יאָר.