אילת ווערט אָנערקענט דורך „ניו־יאָרק טײַמס‟ ווי אַ הויפּט וואַקאַציע־אָרט פֿאַר טוריסטן

New York Times Declares Eilat Top Travel Destination

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 09, 2019.
Wikimedia

אַז מע גיט אַ טראַכט וועגן דער פּלאַזשע אין ישׂראל קלערט מען געוויינטלעך וועגן תּל־אָבֿיבֿ. די שטאָט פֿון „באַוהאַוס‟־בנינים, נאַכטלאָקאַלן און ישׂראלים וואָס שפּילן זיך בײַם ברעג־ים איז אין די לעצטע צען יאָר געוואָרן אַ וועלט־באַרימטע אַטראַקציע פֿאַר די טוריסטן. להיפּוך צו פֿאַרגאַנגענע יאָרן, ווען ישׂראל פֿלעג צילעווען אַלע אירע רעקלאַמעס פֿאַר טוריסטן אויף די ייִדן אין אויסלאַנד און רעליגיעזע קריסטן, וואָס ווילן זען די ערטער פֿאַרבונדן מיט די געשעענישן באַשריבן אינעם תּנ׳׳ך און „ברית חדשה‟, באַשטעלט די ישׂראלדיקע טוריסט־אינסטאַנץ הײַנט זייער אַ סך רעקלאַמעס וואָס צעפּויקן „מדינת תּל־אָבֿיבֿ‟.

תּל־אָבֿיבֿ האָט אָבער איצט, אַ פּנים, אַ סך קאָנקורענץ. די „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט נעכטן באַשטימט אילת אויפֿן זעקסטן אָרט אויף דער וועלט אין דער רשימה פֿון די בעסטע וואַקאַציע־ערטער. די באַקאַנטע אַמעריקאַנער צײַטונג, וועמענס ליסטע פֿון פֿאָרצילן איז צווישן די חשובֿסטע, האָט דערקלערט אַז די ישׂראלדיקע שטאָט אינעם דרומדיקסטן עק פֿון לאַנד, האַרט לעבן די גרענעצן מיט עגיפּטן און יאָרדאַניע און ניט ווײַט פֿון סאַודיע, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אוניקאַל געמיש פֿון מידבר און ים. די „טײַמס‟ באַטאָנט אילתס פּרעכטיקן ים מיט קאָראַלריפֿן, הײַפֿישן און די עקזאָטישע נעאָן־פֿיש.

כאָטש די שטאָט איז שוין יאָרן לאַנג אויך געווען אַ צוצי, האָבן אַ סך טוריסטן אויסגעמיטן אילת, ווײַל מע האָט זי בלויז געקענט דערגרייכן פֿאָרנדיק מיטן אויטאָ איבערן מידבר. אין אַ פּאָר וואָכן אַרום וועט זיך אָבער עפֿענען אַ שפּאָגל־נײַעם אַעראָפּאָרט, דורך וועלכן מע וועט קענען דערגרייכן אילת דירעקט פֿון אייראָפּע אָן דעם אַז מע זאָל זיך דאַרפֿן אָפּשטעלן אין תּל־אָבֿיבֿ. צום גרויסן טייל אַ דאַנק דעם נײַעם פֿליפֿעלד, וואָס וועט קענען אויפֿנעמען 4 מיליאָן טוריסטן אַ יאָר, איז אילת הײַיאָר אויסגעקליבן געוואָרן ווי אַ הויפּט רײַזע־ציל.

מיט וואָס נאָך קען אילת זיך באַרימען? זומערצײַט איז דאָס וואַסער זייער באַקוועם (אַרום 70 גראַד) און עס רעגנט דאָרטן בלויז דרײַ אָדער פֿיר מאָל אַ יאָר. אַ דאַנק דעם נגבֿ איז די לופֿט דאָרטן אַ מחיהדיק טרוקענע.

טאָמער גלוסט אײַך זיך אָבער אַ מער טראָפּיש וואַקאַציע־אָרט פֿאָרציל רעקאָמענדירט די „טײַמס‟ פּוערטאָ־ריקאָ. דעם אַמעריקאַנער אינדזל אינעם קאַריבישן ים האָט די צײַטונג באַלוינט אויפֿן ערשטן אָרט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.