„ייִדישער פּאָליציי־פֿאַראיין‟ ווערט באַאַרבעט פֿאַר דער טעלעוויזיע

"Yiddish Policeman's Union" Being Adapted for TV

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published January 10, 2019.
מײַקל שאַבאָן און אילת וואַלדמאַן.
Getty Images
מײַקל שאַבאָן און אילת וואַלדמאַן.

לעצטנס האָט מען געלאָזט וויסן, אַז דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער ייִדישער שרײַבער מײַקל שאַבאָן מיט זײַן פֿרוי, אילת וואַלדמאַן, וועלן פֿאַרוואַנדלען שאַבאָנס באַרימטן ראָמאַן „דער ייִדישער פּאָליציי־פֿאַראיין‟ אין אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם. דער ראָמאַן באַשרײַבט די אויספֿאָרשונג פֿון אַ מאָרד אין אַן אויסגעטראַכטער וועלט, וווּ ס׳איז ניטאָ קיין מדינת־ישׂראל אָבער עס עקסיסטירט יאָ אַ ייִדיש־רעדנדיקער ייִשובֿ אין אַלאַסקע.

שאַבאָן האָט אָנגעשריבן דעם ראָמאַן, וואָס איז געוואָרן אַן אומדערוואַרטער בעסטסעלער, נאָך דעם וואָס ער האָט זיך צעקריגט מיט אַ ריי ייִדישיסטן, אַרײַנגערעכנט ד׳׳ר מרדכי שעכטער, וועלכע האָבן קריטיקירט אַן עסיי, וואָס שאַבאָן האָט געשריבן וועגן דעם ווערטערביכל פֿאַר טוריסטן „זאָג עס אויף ייִדיש‟.

ווי עס פֿירט זיך בײַ שאַבאָן, וואָס האַלט זיך זייער גרויס, האָט ער זיך ניט געקענט צוריקהאַלטן פֿון קריטיקירן און מאַכן חוזק פֿון די ייִדישיסטן אויף דער „מענדעלע‟-בליצפּאָסט־רשימה און האָט שפּעטער, בעת זײַנע רעדעס אין אוניווערסיטעטן, חוזק געמאַכט פֿון זייערע קאָמענטאַרן צו אים. ער האָט אַפֿילו, למשל, געזאָגט, דעם עולם אין „יעל־אוניווערסיטעט‟, אַז ער וויל זען ווי מלא־כּעס (אין זײַנע אייגענע ווערטער אויף ענגליש: pissed off) די ייִדישיסטן וועלן ווערן צוליב זײַן ראָמאַן.

כאָטש די טעליוויזיע־פּראָגראַם (אויב עס וועט אַמאָל טראַנסמיטירט ווערן) וועט זיכער שאַפֿן פּירסום פֿאַר ייִדיש, האָבן געוויסע ייִדישיסטן, איך בתוכּם, אַ שוידער געטאָן בײַם הערן די ידיעה. אויב שאַבאָן האָט זיך באַצויגן מיט אַזוי פֿיל ביטול צו די ייִדיש־קענער, ווי געראָטן קענען זײַן די לינגוויסטישע און קולטורעלע נואַנסן פֿון זײַן טעלעוויזיע־פּראָגראַם?

לאָמיר האָפֿן, אַז שאַבאָן וועט אָנשטעלן מענטשן וואָס קענען אויסשולן די אַקטיאָרן ווי אַזוי געהעריק אַרויסצורעדן אַ ייִדיש־וואָרט, אָדער מאַכן די פּראָגראַם אויף ענגליש. נאָך זײַן חוצפּהדיקן אויפֿפֿיר מיט אַ צען יאָר צוריק ווייס איך ניט וויפֿל פֿון די ייִדיש־קענער וועלן וועלן מיט אים צוזאַמענאַרבעטן.

אפֿשר קען ער, אויב ער האַלט ניט ייִדיש פֿאַר „צו טויט‟, שענקען אַ טייל פֿונעם רווח פֿון דער פּראָגראַם צו יענע אָרגאַניזאַציעס געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, ווײַל אַ דאַנק די ייִדישיסטן וואָס האָבן קריטיקירט זײַן עסיי האָט ער טאַקע באַשלאָסן אָנצושרײַבן דעם ראָמאַן.