ישׂראל־פּוילן - דעקלאַראַציע: פֿאַר װאָס שװײַגט דער ייִדיש־סעקטאָר?

Israeli-Polish Agreement: Why Are Yiddishists Silent?

פֿון דניאל גלאי

Published January 10, 2019.
דער פּוילישער פּרעזידענט אַדזשיי דודאַ (רעכטס) און ישׂראלדיקער פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין, אויף אַ טרויער־אַקאַדעמיע אין אוישוויץ, דעם 12טן אַפּריל 2018.
Getty Images
דער פּוילישער פּרעזידענט אַדזשיי דודאַ (רעכטס) און ישׂראלדיקער פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין, אויף אַ טרויער־אַקאַדעמיע אין אוישוויץ, דעם 12טן אַפּריל 2018.

ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט דער פּוילישער פּאַרלאַמענט מיט אַ האַלב יאָר צוריק אָנגענומען אַ געזעץ, אַז ווער ס’וועט באַשולדיקן די פּאָליאַקן אין טראָגן אַ טייל פֿונעם אַחריות פֿאַרן חורבן, קאָן באַשטראָפֿט ווערן ביז דרײַ יאָר תּפֿיסה. נאָך די שאַרפֿע פּראָטעסטן, וואָס דער אָ געזעץ האָט אַרויסגערופֿן אין ישׂראל און אין דער מערבֿ־וועלט, האָט דער פּוילישער פּאַרלאַמענט אַרויסגענומען דעם קאָנטראָווערסיאַלן שטראָפֿפּונקט אָבער פֿאָרט באַשטעטיקט דעם געזעץ־פֿאָרשלאָג דעם 27סטן יוני 2018.

דערנאָך איז אַ צווייטע זאַך געשען. די פּוילישע רעגירונג האָט, כּלומרשט אָן ישׂראלס הסכּמה, פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער פּרעסע אין ישׂראל, דײַטשלאַנד און אַמעריקע אַ דעקלאַראַציע צווישן פּוילן און ישׂראל וועגן די פֿרײַנדלעכע באציִונגען צווישן ביידע מדינות און דערבײַ מינימיזירט די פּוילישע קאָלאַבאָראַציע מיט די דײַטשן. דער ברייטער עולם האָט בכלל ניט געוווּסט אַז אַזאַ דעקלאַראַציע איז אונטערגעחתמעט געוואָרן דורכן ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו, און מאַטעוש מאָראַוויעצקי, דער פּרעמיער פֿון פּוילן. נתניהו האט מסתּמא ניט געוואָלט מע זאָל די דעקלאַראַציע פֿאַרעפֿנטלעכן, ווײַל ער האָט שוין דערשפּירט, אז עס וועט אַרויסרופֿן אַ פּראָטעסט. ווען דער עולם האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם האָט עס ווידער דערוועקט אַ כוואַליע פֿון שאַרף קריטישע רעאַקציעס ווײַל ס’האָט זיך געשאַפֿן אַ רושם, אַז אונדזער פּרעמיער האָט זי פֿאַקטיש אַרויפֿגעצוווּנגען אויף דער ישׂראל־באַפֿעלקערונג.

די העכסטע אַקאַדעמישע אויטאָריטעטן צווישן די קעגנערס איז געווען דער פּראָפֿעסאָר עמעריטוס פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט, ישׂראל ברטל (באַרטאַל), וועלכער האָט באַטאָנט, אַז די בשותּפֿותדיקע דעקלאַראַציע פֿאַרמינערט די ראָלע וואָס די פּאָליאַקן האָבן געשפּילט אין דער ייִדן־פֿאַרטיליקונג. דער מדינה־פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין האָט באַטאָנט, אַז אַזאַ דעקלאַראַציע דערמוטיקט דאָס לייקענען דעם חורבן. נפֿתּלי בענעט, דער דערציִונג־מיניסטער, האָט דערקלערט, אַז ס׳איז אַ חרפּה און אַ בושה, און אויך אָנפֿירערס פֿון פֿאַרשידענע פּאַרטייען האָבן זיך קאַטעגאָריש אויסגעדריקט קעגן דער דעקלאַראַציע.

ד״ר יוסף טשעכאַנאָווער, אַן אַדוואָקאַט, און יעקבֿ נאַגעל, אַ פּראָפֿעסאָר אין טכניון — ביידע פֿאַרבונדן מיטן אויסערן־מיניסטעריום און פֿאַרטרוילעכע פּערזענלעכקייטן בײַ נתניהון — זענען געווען די ישׂראלדיקע פֿאָרשטייערס בײַ די פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאָליאַקן בײַם צונויפֿשטעלן דעם דאָקומענט. ווי ס’האָט זיך אַרויסגעוויזן האָט אַפֿילו יד־ושם אויך געהאַט אַ האַנט אין דעם פּראָצעס. פּראָפֿ׳ דינה פּורת [פּאָראַט], די הויפּט־היסטאָריקערין בײַ יד־ושם, האָט לכתּחילה ניט רעאַגירט אויף דער בשׂורה וועגן דער דעקלאַראַציע. נאָכן פֿאַרזאַמען איר רעאַקציע האָט זי, סוף־כּל־סוף, אויך אויסגעדריקט איר אָפּאָזיציע.

ווען די פּאָליאַקן האָבן אויסגעדריקט כּעס, הלמאי מע רעדט וועגן „פּוילישע‟ אומברענג־לאַגערן און „פּוילישע‟ קאָנצענטראַציע־לאַגערן, און מע זאָגט ניט, אַז זיי זענען אויפֿגעשטעלט געוואָרן דורך די דײַטשן אויף דער פּוילישער, אָקופּירטער ערד, האָט מען עס געקאָנט פֿאַרשטיין. אָבער ניט אָנערקענען דעם אײַנגעוואָרצלטן, פֿאַרשפּרייטן אַנטיסעמיטיזם אין פֿאַרמלחמהדיקן פּוילן און די באַדײַטיקע פּוילישע קאָלאַבאָראַציע מיטן נאַצישן אָקופּאַנט, אָט דאָס איז שוין ניט־דערטרעגלעך און דאָס פֿעלט טאַקע, צום באַדויערן, אין דער אויבן־דערמאָנטער דעקלאַראַציע.

וואָס האָבן געטויגט אַלע באַרעכטיקטע פּראָטעסטן? האָט מען די דעקלאַראַציע זינט דעמאָלט געענדערט? דערווײַל האָבן מיר גאָרניט געהערט דערפֿון. די סיבה איז, וואָס אָט דער דאָקומענט שפּיגלט אָפּ די מלוכישע אינטערעסן פֿון ביידע מדינות און ניט דווקא דעם היסטאָרישן אמת. צווישן ישׂראל און פּוילן האָבן זיך לעצטנס שטאַרק אַנטוויקלט די באַציִונגען וואָס שייך דער זיכערהייט. ישׂראל וויל אַז פּוילן זאָל זי שטיצן בײַ די אַנטי־ישׂראלדיקע „יו־ען‟־אָפּשטימונגען, און פּוילן, פֿון איר זײַט, וויל ריינוואַשן דעם געוויסן לגבי איר אויפֿפֿירונג קעגן די ייִדן בשעת דער קריג. ישׂראל קאָן איר אויך דינען ווי אַ שליסל צו אַנטוויקלען באַציִונגען מיט די אַמעריקאַנער ייִדן און דער מערבֿ־וועלט.

אין צוויי פּונקטן פֿון דער דעקלאַראַציע, 3 און 5, ווערט באַשטעטיקט די פֿולע פֿרײַהייט אין וועלכער אַקאַדעמיקער נייטיקן זיך, כּדי צו פֿאָרשן דעם חורבן, אָן קיין חשד, אַז זיי וועלן געשטעלט ווערן פֿאַרן געריכט. עס ווערט אויך אונטערגעשטראָכן דאָס בשותּפֿותדיקע ישׂראל־פּוילישע אַחריות אָפּצוהיטן דעם אָנדענק פֿונעם חורבן, די גרעסטע טראַגעדיע אין דער ייִדישער געשיכטע. ס’ווערט אָבער לײדער קיין וואָרט ניט דערמאָנט, וועגן דעם שפּראַך־ און קולטור־געביט. אויב עס איז ניט פֿאַראַן קיין אָפֿיציעלע פֿאַרפֿליכטונג אָפּצוהיטן און לערנען די ייִדישע שפּראַך און קולטור, ווי קאָן מען דאַן פֿאָרשטעלן דעם ריכטיקן אימאַזש פֿון ייִדישן פֿאָלק, זײַן געשיכטע און קולטור? דאָס איז אַ גרויסער, ניט־צופֿעליקער בלויז פֿון אָט דער דעקלאַראַציע, וואָס האָט געזאָלט, כאָטש פֿאָרמעל, אויסדריקן אַזאַ וווּנטש.

גלײַכגילט צו דער ייִדישער קולטור מיינט פֿאַקטיש אויך גלײַכגילט צו דער נשמה און ווערטן פֿון ייִדישן פֿאָלק. אויב מע האָט ניט קיין הויכע דערוואַרטונגען פֿון די צוויי רעגירונגען, דער ישׂראלדיקער און דער פּוילישער, וואָלט מען כאָטש יאָ געקאָנט דערוואַרטן, אַז עפֿנטלעכע פֿאַקטאָרן און פּערזענלעכקייטן, פֿון ישׂראל אָדער אויסלאַנד, זאָלן הייבן אַ קול און אויסדריקן אַנטוישונג און ווייטיק, וואָס די ייִדישע שפּראַך ווערט ווידער אַ מאָל פֿאַרלייקנט.

ס’וועלן זײַן אַזעלכע, וואָס וועלן טענהן, אַז דער דאָזיקער דאָקומענט איז אַ שטאַטלעך־פּאָליטישער און קאָן זיך ניט אויסברייטערן צו זײַטיקע געביטן. אַנטקעגן דעם, איז דער ענטפֿער: אָן צו דערמאָנען זײַן קולטור און שפּראַך, ווערט דער ייִדישער קיום אַ קינסטלעך־ווירטועלער און ניט קיין ממשותדיקער. דער אמת איז, אַז די פּאָליאַקן קאָנען זיך פֿאַרטיידיקן, ניצנדיק ווי בײַשפּילן דעם ייִדישן מלוכה־טעאַטער, וואָס איז טעטיק שוין צענדליקער יאָרן; דעם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט; די רעגולערע ייִדיש־פּוילישע פּובליקאַציע „דאָס ייִדישע וואָרט‟; דעם אויפֿבלי פֿון ייִדיש־לימודים אין אוניווערסיטעטן; ייִדישע קולטור בײַ די פֿעסטיוואַלן אאַז”וו. נאָר וואָס איז נייטיק דאָ איז אַ פּרינציפּיעלע, פֿעסטע שטעלונג לגבי ייִדיש סײַ מצד די פּאָליאַקן און סײַ מצד די ישׂראלים.

אַ ביסל מאָדנע איז געווען צו לייענען אין דער צײַטונג „ישׂראל היום‟ פֿונעם 25סטן אָקטאָבער 2018 דאָס קעפּל: „אַן ענטפֿער צום פּוילישן געזעץ — שואה־באַזוכן אין אוקראַינע‟. דער מחבר נועם דביר שרײַבט אַז דער ישׂראלישער אינסטיטוט „שם עולם‟, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דערציִונג, דאָקומענטאַציע און פֿאָרשונג פֿונעם חורבן, האָט לעצטנס אויסגעשולט בערך 20 וועגווײַזערס צו באַגלייטן גרופּעס, וואָס באַזוכן און לערנען וועגן חורבן אין אוקראַינע. נדיבֿ טענהט, אַז אָט די נײַע איניציאַטיוו איז אַ נקמה־אַקט קעגן די פּאָליאַקן און אַ מיטל צו פֿאַרקלענערן די הכנסות וואָס פּוילן קריגט דורך די טורן. דאָס לערנען וועגן דעם גורל פֿון אוקראַיִנישן ייִדנטום האָט אָבער ניט קיין שייכות מיט די חילוקי־דעות וואָס קאָנען זײַן אָדער ניט זײַן מיט די פּאָליאַקן. אָט די צוזאַמענאַרבעט, ווי אויך די שפּאַנונגען אין די באַציִונגען צווישן ישׂראל און פּוילן גייען איצט אַרײַן אין אַ נײַער עטאַפּע.

(המשך קומט)