אַ פּרוּוו זיך אַרויסצורײַסן פֿונעם „שימל‟ פֿון סלאָבאָדקע

Escaping the Musty Old World of Slobodka

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published January 11, 2019.
דוד אומרו.
Courtesy of Beit Leivick
דוד אומרו.

דוד אומרו — דערציילונגען
בית־לייוויק, 2019

צװישן די בײדע װעלט־מלחמות איז דער אָנטײל פֿון ייִדן אין דער אַלגעמײנער באַפֿעלקערונג אין דער ליטװישער רעפּובליק געװען העכער װי זיבן פּראָצענט. אין די ערשטע יאָרן פֿון דער ליטװישער אומאָפּהענגיקײט האָבן ייִדן געהאַט אײגענע ייִדישע און העברעיִשע שולן, װאָס די מלוכה האָט געהאָלפֿן אױסהאַלטן. בהדרגה האָט די רעגירונג אָפּגעשאַפֿן די ייִדישע אױטאָנאָמיע, אָבער דאָס נעצװערק פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס איז פֿאַרבליבן. ליטע האָט אָבער ניט געהאַט קײן מזל מיט אירע שטאַרקערע שכנים: פּױלן, סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און דײַטשלאַנד, און דאָס האָט באַװירקט אױך די ייִדישע קולטורעלע שעפֿערישקײט. ספּעציעל שטאַרק האָט מען געפֿילט די אָפּגעריסנקײט פֿון װילנע, דער גײַסטיקער הױטשטאָט פֿון דער ייִדישער ליטע.

דוד אומרו (דוד ליאַצקאָװיטש, 1910—1941) איז געװען צװישן די סאַמע באַגאַבסטע ייִדישע מחברים פֿונעם יונגן דור, װעלכער איז אױפֿגעװאַקסן נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה. געבױרן אין דער שטאָט אַליטע (אַליטוס), האָט אומרו שטודירט אין דער אָרטיקער העברעיִשער גימנאַזיע. חוץ ייִדיש און העברעיִש האָט ער פֿרײַ געקענט ליטװיש, פּױליש, דײַטשיש און רוסיש — די שפּראַכן, װאָס מען האָט גערעדט אין זײַנע געאָגראַפֿישע און קולטורעלע סבֿיבֿות. פֿיר חדשים אין 1925 האָט ער פֿאַרבראַכט מיט זײַן משפּחה אין ארץ־ישׂראל, אָבער צוליבן שװערן עקאָנאָמישן מצבֿ האָבן זײ זיך אומגעקערט צוריק קײן ליטע. אַ צײַט האָט ער געלעבט אין פֿראַנקרײַך מיט זײַן שװעסטער און איר משפּחה. דער שװעסטערס טאָכטער, אָדיל סיוגאַנאַס, איז געװען צװישן די שטיצער פֿון דער נײַער אױסגאַבע פֿון אומרוס דערצײלונגען, פֿאַר װעלכער זי האָט אָנגעשריבן אַ ממשותדיקע ביאָגראַפֿישע הקדמה.

די איצטיקע פּובליקאַציע פֿון אומרוס דערצײלונגען איז אַ פּאַסיקע געלעגנהײט צו באַטראַכטן פֿון דאָס נײַ די טעמאַטישע און סטיליסטישע חידושים, װאָס דער יונגער דור אין די נײַ-אױפֿגעקומענע נאַציאָנאַלע מלוכות פֿון מיזרח־אײראָפּע, קודם־כּל — פּױלן, ליטע און רומעניע, האָט אַרײַנגעבראַכט אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אומרו האָט געהערט צום זעלבן דור װי די מיטגלידער פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג װילנע‟, הגם צוליב פּאָליטישע סיבות האָט ער ניט געקענט זײַן זײער שותּף. ערשט נאָך דעם, װי דער סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט אין האַרבסט פֿון 1939 איבערגעגעבן די װילנער געגנט דער ליטװישער רעפּובליק, האָט אומרו געקאָנט קומען קײן װילנע. דאָרט איז ער געװען אַקטיװ פֿאַרטאָן אין דער ליטעראַרישער און טעאַטראַלער אַקטיװיטעט.

סטיליסטיש און טעמאַטיש האָט אומרוס פּראָזע טאַקע אַ געװיסע קרובֿהשאַפֿט מיט זײַנע מיטצײַטלער, װי משה לעװין פֿון „יונג־װילנע‟ און לײב ראַשקין פֿון קוזמיר, פּױלן. זײ זײַנען געװען טיף פֿאַרטאָן אין די דאגות־היום פֿון זײער אומרויִקער צײַט, קריטיש געשטימט לגבי די הערשנדיקע פּאָליטישע און סאָציאַלע באַדינגונגען אין זײערע לענדער, און געשריבן פֿאַרן יונגן לײענער. זײער סטיל איז ענערגיש, רעאַליסטיש און פֿרײַ פֿון װאָסער־ניט־איז סענטימענטאַלקײט. זײערע העלדן זײַנען אַקטיװע קעמפֿער פֿאַר אַ בעסערער צוקונפֿט. דער אױסקלײַב פֿונעם פּען–נאָמען „אומרו‟ שפּיגלט אָפּ דעם דאָזיקן װעלטבאַנעם.

חוץ ליטעראַטור איז אומרו געװען פֿאַרטאָן אין מאָלערײַ און טעאַטער. די דאָזיקע שעפֿערישע אינטערעסן האָבן איבערגעלאָזט שפּורן אין זײַנע ליטעראַרישע װערק. דער העלד פֿון דער דערצײלונג „אײביקײט‟ איז אַ 50־יעריקער טעאַטער־אַקטיאָר אין קאָװנע מיטן נאָמען גאָר. ער פֿירט אַ גרופּע פֿון זײַנע סטודיאַנטן אַרױס אױף אַ באַרג, װײַל ער װיל זיך אַרױסרײַסן פֿונעם „שימל‟ פֿון סלאָבאָדקע, דער אַלטער ייִדישער געגנט פֿון דער שטאָט, װאָס שמט מיט איר פֿרומקײט און למדנות: „שימל איז איצט בײַ אים געװען ניט נאָר די אַלטע חורבֿות מיט די געצױגענע ניגונים, די נאָך ניט פֿאַרענדיקטע פֿיר־גאָרנדיקע געבײַדע פֿון דער נײַער ישיבֿה האָט אים געטריבן פֿון זיך מער, װי די חורבֿות.‟

גאָר װערט פֿאָרגעשטעלט װי אַ מורה־דרך פֿון דער יוגנט. „מיט זײַנע גאַנצע פֿופֿציק יאָר האָט זיך גאָר געהױבן אױפֿן באַרג, צו די פֿאָרטן, מיט דער זעלביקער לײַכטקײט, װאָס די יונגוואַרג אַרום אים.‟ זײער אַרױפֿקומען אױפֿן באַרג האָט אַ סימבאָלישן מײן, װי אַ מין גובֿר־זײַן איבער דער אַלטער ייִדישקײט פֿון סלאָבאָדקע. דער סוף פֿון דער דערצײלונג איז אַ מין קינסטלערישער אַני־מאמין פֿונעם מחבר, װאָס װערט פֿאָרגעשטעלט אױף דער טעאַטער־בינע: „דאָס איז ניט געװען קײן שפּיל, דאָס איז געװען אַ לעבן.‟ קונסט, און בפֿרט די טעאַטער־קונסט, ברענגען צונױף אײביקײט מיטן פֿאַרבײַיִקן מאָמענט, „מאַכט פֿון אַלט יונג און לאַכט אַפֿילו פֿון טױט.‟

אין דער װירקלעכקײט האָט אומרוס מסירת־נפֿשדיקײט צו קונסט אָבער ניט געראַטעװעט זײַן לעבן. װען די דײַטשן זײַנען שוין געװען אױפֿן שװעל פֿון װילנע, האָט דער דעמאָלטיקער סעקרעטאַר פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ פֿאָרגעלײגט אומרו און זײַן משפּחה צו פֿאָרן מיט זײַן אױטאָ אַװעק פֿון דער שטאָט. אָבער אומרו, װי עס שרײַבט זײַן פּלימעניצע אָדיל סיוגאַנאַס אין דעם נאָכװאָרט, „האָט נאָך אױך געװאָלט אַרױסכאַפּן און מיטנעמען דעם טעאַטער־אַרכיװ. די צײַט װערט קורץ, זײ באַװײַזן אָנצולאָדן די מאַשין אָבער עס בלײַבט שױן נישט קײן אָרט פֿאַר אומרון, פֿאַר זײַן װײַב מיטן פּיצעלע און פֿאַר זײַן שװעסטער דאָראַ.‟ אַזױ אַרום זײַנען אומרו און זײַן משפּחה פֿאַרבליבן אין װילנע אונטער דער דײַטשישער שליטה. ער איז געװען צװישן די ערשטע ייִדן, װאָס זײַנען דערשאָסן געװאָרן אין פּאָנאַר אין האַרבסט פֿון 1941.