פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרשע שׂרה־רחל שעכטער וועט האַלטן לעקציעס אין העלסינקי

Forverts Editor Rukhl Schaechter to Give Lectures in Helsinki

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published January 11, 2019.
Limmud Finland

העלסינקי, די קרוינשטאָט פֿון פֿינלאַנד, איז ניט קיין שטאָט וואָס ווערט אָפֿט אַסאָציִיִרט מיט מאַמע־לשון. ניט געקוקט אויף דעם איז דאָרט, אַ פּנים, יאָ דאָ אַן אינטערעס צו ייִדיש. דער אָרטיקער צווײַג פֿון דער ייִדישער קאָנפֿערענץ־סעריע „לימוד‟ האָט פֿאַרבעטן די רעדאַקטאָרשע פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, שׂרה־רחל שעכטער, דאָרטן אויפֿצוטרעטן מיט דרײַ לעקציעס.

אויף דער קאָנפֿערענץ, וואָס וועט פֿאָרקומען דעם 2טן און 3טן פֿעברואַר, וועט שעכטער דערקלערן ווי אַזוי דער „פֿאָרווערטס‟ האָט זיך געביטן אינעם נײַעם יאָרטויזנט. בעת דער לעקציע וועט זי דערצײלן װער עס זענען די הײַנטיקע לײענער פֿונעם ייִדישן פֿאָרװערטס, בפֿרט אויף דער אינטערנעץ, און װי אַזוי מע האָט זײ געפֿונען.

אין אירע אַנדערע רעפֿעראַטן וועט שעכטער אַרומרעדן די וויכטיקע ראָלע פֿון דער ייִדישער פֿרוי אינעם מיזרח־אייראָפּעיִשן שטעטל און די געשיכטע פֿון געפֿילטע פֿיש און אַנדערע אַשכּנזישע מאכלים. איבערהויפּט וועט זי דערקלערן, ווי אַזוי און פֿאַר װאָס די פּאָטראַװעס האָבן זיך שטאַרק געביטן װען די מיזרח־אײראָפּעיִאַע ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין אַמעריקע.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט די וועבזײַט פֿון „לימוד־העלסינקי‟.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.