וואָס איז דער שײַכות צווישן סינדערעלע, וואַגנער און ייִדיש?

What Do Cinderella, Wagner and Yiddish Have in Common?

דער שלאָס נוישוואַנשטײַן פֿונעם בײַערישן קיניג לודוויג דעם צווייטן לעבן פֿיסען, דײַטשלאַנד.
Dawn Matveev
דער שלאָס נוישוואַנשטײַן פֿונעם בײַערישן קיניג לודוויג דעם צווייטן לעבן פֿיסען, דײַטשלאַנד.

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 15, 2019.

ווייניק מענטשן ווייסן מסתּמא, אַז דער אַמעריקאַנער „סינדערעלע־שלאָס‟ אינעם קאַליפֿאָרניער „דיסנילענד‟ — אַ וועלט־באַרימטער סימבאָל פֿון די דיסני־אַנימאַציעס — איז אויף אַן אומדירעקטן אופֿן פֿאַרבונדן מיטן באַרימטן דײַטשישן קאָמפּאָזיטאָר ריכאַרד וואַגנער. עס קאָן אויך זײַן, אַז די געגנט, וווּ עס שטייט דער מײַעסטעטישער פּראָטאָטיפּ פֿונעם „סינדערעלע־שלאָס‟, איז דאָס היסטאָרישע וויגעלע פֿון ייִדיש. מיט ביידע חידושים האָב איך זיך באַקענט בעת מײַן אַנומלטיקער נסיעה קיין בײַערן.

וואָס שייך וואַגנערן, זענען זײַנע ווערק נישט צו פּאָפּולער בײַ ייִדן צוליב זײַנע פֿאַרביסענע אַנטיסעמיטישע געדאַנקען. פֿאָרט, איז וואַגנער געווען אַ גרויסער מוזיקער. דער בײַערישער קיניג לודוויג דער צווייטער האָט געהאַט אַן אומגעוויינטלעכע לײַדנשאַפֿט פֿאַר וואַגנערס מוזיק, האָט ער אויפֿגעשטעלט הויך אין די אַלפּן זײַן ריזיקן שלאָס נוישוואַנשטײַן. דער שלאָס שטעלט מיט זיך פֿאָר, אַחוץ אַ ריי אַנדערע ראָמאַנטיש־מוזיקאַלישע טעמעס, אַ מײַעסטעטישן דענקמאָל לכּבֿוד די העלדן פֿון וואַגנערס אָפּערע „פּאַרסיפֿאַל‟.

בערך מיט 100 יאָר שפּעטער, האָט דער אַמעריקאַנער קינסטלער הערבערט רײַמאָן אויסגענוצט דעם אַלגעמיינעם דיזײַן פֿונעם בײַערישן שלאָס פֿאַר זײַן סימבאָל פֿון „דיסנילענד‟. איצט, פֿאַרקערט, דינט די אַמעריקאַנער שאַפֿונג ווי אַ רעקלאַמע פֿונעם קיניגלעכן פּאַלאַץ. בעת מײַן נסיעה האָב איך דערהערט אַ סך טוריסטן, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל אַמעריקאַנער, שמועסן וועגן זייער וויזיט אינעם „אָריגינעלן‟ אָדער „אמתן‟ סינדערעלע־שלאָס. די דערקלערונגען וועגן דעם קאָמפּליצירטן וואַגנער־סימבאָליזם אינטערעסירט זיי ווייניקער, ווי די פֿאַרבינדונג מיטן „דיסנילענד‟.

כ׳האָב שוין לאַנג געוווּסט די טעאָריע פֿון פּראָפֿ׳ דוד כּ״ץ, לויט וועלכער ייִדיש איז אויפֿגעקומען נישט אין רײַנלאַנד, ווי מאַקס ווײַנרײַך האָט געהאַלטן, נאָר דווקא אין בײַערן. הערנדיק ווי דער בײַערישער עולם רעדט אַרום דעם שלאָס, האָב איך טאַקע בפֿירוש באַמערקט, אַז געוויסע ווערטער און אויסדרוקן קלינגען ממש ווי ייִדיש אָדער גענוג ענלעך. צום בײַשפּיל, אין בײַערן זאָגט מען „איך האָב אַמאָל‟, דווקא מיט אַ קמץ.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער סאַטמאַרער רבי און אַנדערע באַקאַנטע רבנים פֿונעם עסטרײַכיש־אונגערישן אָפּשטאַם האָבן שוין לאַנג באַמערקט, אַז ייִדיש האָט אַ שײַכות דווקא צום „דאָרפֿישן‟ בײַערישן דײַטש. דער עסטרײַכישער אומגאַנג־דיאַלעקט איז פֿאַקטיש אַ וואַריאַנט פֿונעם זעלבן לשון. דאָס הערן אַ כּמו־ייִדיש אַרום דעם קיניגלעכן פּאַלאַץ אויפֿגעשטעלט לכּבֿוד וואַגנערס ירושה איז אָבער געווען פֿאַר מיר אַ ביסל סוררעאַליסטיש.

אַזוי ווי אין אַלע ראַיאָנען פֿון דײַטשלאַנד, לערנט מען אין בײַערן פֿון קינדווײַז אָן די סטאַנדאַרטע כּלל־שפּראַך, וואָס ווערט באַנוצט אין דער אָפֿיציעלער מעדיאַ און ליטעאַרטור. פֿון דעטס וועגן, הערט מען דעם בײַערישן דיאַלעקט כּסדר אויף דער גאַס, ווי אויך אין געוויסע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען. אין אַ געשריבענער פֿאָרעם טרעפֿט ער זיך אין אַ טייל אָרטיקע קראָם־רעקלאַמעס און אַנדערע ערטער, וווּ די בעלי־בתּים שטאָלצירן מיט זייער „בײַערישקייט‟. אַ סך אָרטיקע תּושבֿים באַטראַכטן זייער היימישע שפּראַך ווי אַ באַזונדער לשון: דווקא בײַעריש און נישט סתּם דײַטשיש.

אָפֿט מאָל ווערט די דאָזיקע שטימונג פֿאַרבונדן מיט קאַטוילישע און מאָנאַרכיסטישע עלעמענטן. צענדליקער ביכער וועגן דעם דערמאָנטן קיניג לודוויג דעם צווייטן און זײַנע שלעסער ווערן פֿאַרקויפֿט אין די ביכערקראָמען האַנט אין האַנט מיט דער קריסטלעכער ליטעראַטור.

אין דער אמתן, איז לודוויג דער צווייטער (1845-1886) נישט געווען קיין מזלדיקער פֿירער. זײַענדיק אַן עקסצענטישער מענטש, האָט ער געפֿירט אַן עלנט לעבן, זיך זעלטן אַרײַנגעמישט אין מלוכישע ענינים בכלל און איז באַזײַטיקט געוואָרן פֿונעם טראָן מיט דרײַ טעג פֿאַר זײַן מיסטעריעזן טויט. אָפֿיציעל האָבן די דאָקטוירים געפּסקנט, אַז ער האָט זיך גענומען דאָס לעבן, אָבער מסתּמא האָט מען אים דערהרגעט. צוזאַמען מיט זײַן פּערזענלעכן דאָקטער האָט מען אים געפֿונען אַ דערטרונקענער אין אַן אָזערע לעבן זײַן „סינדערעלע־שלאָס‟.

אַזוי צי אַנדערש, בלײַבט דער דאָזיקער קיניג זייער פּאָפּולער אין בײַערן – דער עיקר, דווקא צוליב זײַן עקסטענטרישן און ראָמאַנטישן כאַראַקטער. באַקומט זיך אַ פּאַראַדאָקס: זײַנע אַמביציעזע וווּנדערשלעסער, געווידמעט דעם אַנטיסעמיטישן קאָמפּאָזיטאָר, העלפֿן איצט אָפּצוהיטן דעם באַזונדערן בײַערישן נאַציאָנאַלן גײַסט און ממילא זייער שפּראַך, וואָס קאָן וואַרפֿן אַ שײַן אויף דער געשיכטע פֿון ייִדיש.


שײַכותדיקע אַרטיקלען: http://yiddish.forward.com/articles/188105/wagners-parsifal-and-kabbalah/



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.