האָט מרים הנבֿיאה עובֿר געווען אויפֿן פּרינציפּ פֿון קול אישה?

Did Miriam Break the Prohibition of Singing Before Men?

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 16, 2019.

דער בייזער מיצרישער קיניג האָט געפּרוּווט ווידער נאָכיאָגן די אַנטלאָפֿענע ייִדישע שקלאַפֿן, אָבער זיי זענען על־פּי נס אַריבער אויף יענער זײַט פֿונעם צעשפּאָלטענעם ים. די חז״ל דערציילן, אַז אַפֿילו די פֿייגל האָבן מיטגעזונגען מיט די געראַטעווע ייִדן. דאָס איז איינע פֿון די סיבות, פֿאַרוואָס דעם הײַנטיקן שבת, וואָס האָט אַ באַזונדערן נאָמען — שבת־שירה — איז פֿאַראַן דער באַקאַנטער ייִדישער מינהג צו געבן עסן פֿאַר ווילדע פֿייגעלעך.

די געראַטעוועטע ייִדן האָבן געלויבט דעם באַשעפֿער פֿאַרן נס, און געזונגען אַ לויבגעזאַנג. ווי אַ טייל פֿון דער גרויסער שׂימחה, האָט מרים, משה רבינוס שוועסטער, צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדישע פֿרויען, אויך געלויבט דעם באַשעפֿער מיט אַ טאַנץ און אַ געזאַנג.

אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט קאָן אונדזער פּרשה אַרויסרופֿן אַ חידוש: ווי אַזוי קאָן דאָס זײַן, אַז אַזאַ צדיקת, ווי מרים הנבֿיאה אַליין, האָט געזונגען און געטאַנצט? אויף דער באַקאַנטער וועבזײַט Torahmusings.com, אָנגעפֿירט דורכן מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן רבֿ גיל סטודענט, איז מיט עטלעכע יאָר צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַן אַרטיקל, לויט וועלכן מרים האָט, מעגלעך, בכלל נישט געזונגען. דער מחבר פֿאַרטיידיקט זײַן השערה מיט אַ גאַנצער ריי מדרשים און אַפֿילו אַלטע קריסטלעכע איבערזעצונגען פֿון תּנ״ך. נישט שוין זשע דאַרף מען גיין אַזוי ווײַט, כּדי צו באַווײַזן, אַז דער איסור פֿון קול־אשה האָט, כּלומרשט, עקזיסטירט אַפֿילו אין משה רבינוס צײַטן?

פֿון דער צווייטער זײַט, רופֿט די מעשׂה מיט מרימס געזאַנג אַרויס אַן אָנגייענדיקן אינטערעס צווישן פּראָ־פֿעמיניסטישע מחברים. אויף דער באַוווּסטער ליובאַוויטשער וועבזײַט Chabad.org האָט שׂרה שנײַדער, די מחברטע פֿון צוויי ביכער וועגן פֿעמיניסטישע אָפּטײַטשן פֿון קבלה און חסידות, פֿאַרעפֿנטלעכט גאָר אַ פֿאַרקערטן מין אַרטיקל. אויפֿן סמך פֿונעם קלאַסישן חסידישן ספֿר „מאור ושמש‟ פֿון רבי קלונימוס־קלמן עפּשטיין דערקלערט זי, אַז בעת איר עקסטאַטישער זינגערײַ האָט מרים דערגרייכט אַ העכערע מדרגה אין רוחניות, ווי משה רבינו אַליין!

באַקומט זיך אַן אינטערעסאַנטער פּאַראַדאָקס: אין דעם פֿאַל קאָנען די ליובאַוויטשער גרינגער אָננעמען דעם בוכשטעבלעכן זין פֿון אונדזער פּרשה, ווי געוויסע מאָדערנע אָרטאָדאָקסן. צי האָט מרים־הנבֿיאה טאַקע געזונגען בפֿרהסיא בלײַבט אַ רעטאָרישע קשיא; קיין גראַמאַטישע גריבלענישן אין אַלטע תּנ״כישע איבערזעצונגען אָדער געשלעכט־טעאָריעס וועלן אונדז, צום באַדויערן, נישט העלפֿן צו רעקאָנסטרויִרן גענוי די געשעענישן פֿון איבער 3,000 יאָר צוריק. וואָס שייך דעם פּראַקטישן איסור פֿון קול־אשה, איז אָבער וויכטיק צו באַמערקן, אַז נישט אין שיכטן פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט איז דער דאָזיקער פֿאַרבאָט געווען אַזוי שטרענג אָנגענומען, ווי בײַ די הײַנטיקע חרדים.

הרבֿ יחיאל־יעקבֿ ווײַנבערג, אַ פּויליש־געבוירענער ליטווישער פּוסק, איז געווען שאָקירט, ווען אין דײַטשלאַנד האָט ער דערהערט פֿרומע פֿרויען זינגען זמירות בײַם טיש. הרבֿ שמשון־רפֿאל הירש, וועלכער האָט אין זײַן אייגענער שטוב געלאָזט די טעכטער זינגען, האָט דערקלערט ווײַנבערגן, אַז פֿרויען מעגן זינגען צוזאַמען; דער איסור פֿון קול־אשה איז חל נאָר אויפֿן זינגען פֿון איין באַזונדערער פֿרוי. שפּעטער האָט הרבֿ ווײַנבערג אַליין באַשלאָסן, אַז פֿרויען מעגן טאַקע זינגען בפֿרהסיא, אָבער צוליב אַן אַנדער סיבה: אויב זיי טוען עס לשם־שמים — למשל, זינגענדיק זמירות לכּבֿוד שבת.

ס׳איז אויך אינטערעסאַנט, אַז אין אַ טייל מוסולמענישע לענדער, נישט געקוקט אויף דער אַלגעמיינער פּאַטריאַרכאַלער אַטמאָספֿער, האָבן ייִדישע פֿרויען יאָ געזונגען. לכל־הפּחות בײַ אַ טייל סירישע ייִדן אין דמשׂק, אַרײַנגערעכנט רבנישע משפּחות, איז דער איסור פֿון קול־אשה בכלל נישט געווען אָנגענומען. אַדרבה, אויף מוסולמענישע שׂימחות אויפֿן מיטל־מיזרח און אין צפֿון־אַפֿריקע האָבן אָפֿט געזונגען דווקא ייִדישע פֿרויען. די מוסולמענער וואָלטן נישט געלאָזט זייערע אייגענע פֿרויען דינען ווי שׂימחה־פֿאַרווײַלערינס אָבער ייִדישע פֿרויען — פֿאַר וואָס נישט?

רבי מרדכי בן הלל הכּהן, דער מחבר פֿונעם יסודותדיקן גמרא־פּירוש „מרדכי‟, וועלכער האָט געוווינט מיט איבער 700 יאָר צוריק אין דײַטשלאַנד, דערמאָנט אַן אַנדער אינטערעסאַנטן פּרט: בלויז צום זינגען פֿון אַ ייִדישער פֿרוי טאָרן די מענער זיך נישט צוהערן, אָבער צו אַ נישט־ייִדישער פֿרוי מעג מען יאָ; לכל־הפּחות, אויב מע וווינט אין אַ הויז, וווּ עס זינגט אַ פֿרוי און מע האָט נישט קיין ברירה.
אַ ריי פֿאַרשיידענע דעות וועגן קול־אשה ווערן דערקלערט אין דער פֿולבענדיקער הלכה־ענציקלאָפּעדיע „שׂדי חמד‟ פֿון רבי חיים־חזקיהו מדיני. דער מחבר, אַ ספֿרדישער רבֿ, האָט געוווינט אינעם 19טן יאָרהונדערט אין ירושלים. אַליין וואָלט ער נישט דערלאָזט פֿרויען צו זינגען, אָבער ער אָנערקענט אין זײַן ווערק דעם פֿאַקט, אַז אין דער ייִדישער וועלט זענען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע שיטות און מינהגים וועגן דעם.