אַמאַזאָנס גזירה קעגן ייִדישע אױסגאַבעס; קען מען עס אָפּשאַפֿן?

Amazon Dooms New Yiddish Publications; Can It Be Stopped?

פֿון שלום בערגער

Published January 16, 2019.
Getty Images

אין 2005 האָט די ריזיקע אינטערנעץ־פֿירמע אַמאַזאָן אײַנגענומען דאָס קליינע געשעפֿט, „קריִײטספּײס“ [CreateSpace] װאָס האָט דערמעגלעכט דאָס אַלײן אַרױסגעבן ביכער, נישט נאָר אױף ענגליש נאָר אױך אױף אַ צאָל שפּראַכן.

פֿאַראַיאָרן, אין אַ מעלדונג װאָס זעלטן װער האָט באַמערקט, האָט אַמאַזאָן מודיע געװען, אַז „קריײטספּײס‟ װערט אַלײן פֿאַרשלונגען פֿון „קײ־די־פּי“ [KDP], די ראשי־תּבֿות פֿון „קינדל דירעקט פּאָבלישינג.“ דאַכט זיך, אַ נישטיקע געשיכטע אינעם לעבן פֿון אײנער פֿון די גרעסטע פֿירמעס אױף דער וועלט. אײן אָפּטײל פֿאַרשלינגט אַ צװײטן. מה־רעש.

װײַזט זיך אָבער אַרױס, אַז אַזאַ בײַט האָט אפֿשר געשטעלט אונטער אַ פֿרעגצײכן אַ װיכטיקן און אוניקאַלן קװאַל פֿון שעפֿערישקײט אױף מאַמע־לשון. אַזאַ פֿאָרום איז באַזונדערש פּאָפּולער בײַ חסידים, װײַל אַ בוך, אַרױסגעגעבן דורך „קריִײטספּײס,“ קען מען צוגענגלעך פֿאַרשפּרײטן, און קױפֿערס דורך אַמאַזאָן דאַרפֿן נישט אָנגעבן קײן אמתן נאָמען. דער חסידישער בלאָגער קטלא קניא, װאָס מע האָט אָפֿט מאָל דערמאָנט אױף די שפּאַלטן פֿון פֿאָרװערטס, האָט לעצטנס אַזױ אַרום אַרױסגעגעבן זײַן בוך „ותּינוק ללמדו ספֿר,“ זײַן פּאָלעמיק קעגן די דורכפֿאַלן פֿון חסידישן חינוך.

נאָך אַ בײַשפּיל שטעלט מיט זיך פֿאָר די צײַטשריפֿט „װעקער“, װאָס מע האָט אױך נישט אײן מאָל דאָ אַרומגערעדט. יענע אױסגאַבע איז געצילעװעט אױף געטרײַע חסידים (ד״ה די װאָס װילן דװקא בלײַבן אין דער קהילה) אָבער װילן עפֿנטלעך אַרומרעדן טעמעס וואָס ווערן אין די חסידישע קרײַזן אָפֿט מאָל דערמאָנט בלויז שטילערהייט. (איך שרײַב אַלײן װי אַ נוגע בדבֿר, װײַל כ׳בין דערפֿון אַ שטענדיקער לײענער און שוין עטלעכע מאָל געשריבן פֿאַר זיי.)

דאָס אַריבערפֿירן „קריִײטספּײס“ אױף „קײ־די־פּי“ האָט בטל געמאַכט די מעגלעכקײט אַלײן אַרױסצוגעבן ביכער אױף אַ צאָל שפּראַכן, צװישן זײ — ייִדיש און עבֿרית.  מיט אײן װאָרט: צוליב פֿינאַנציעלע סיבות (װאָס זײַנען מסתּמא די הױפּט־מניעה פֿאַר „װעקער“), קען גרײַלעך געמאָלט זײַן אַז קײן פֿרישער נומער פֿון דער צײַטשריפֿט װעט נישט אַרױסקומען. אין אַ קול־קורא װאָס מע האָט אַרױפֿגעשטעלט אױף די שמועס־גרופּעס פֿון „קאַװע־שטיבעל“ (װאָס די מיטגלידער דערפֿון גיבן אַרױס דעם װעקער), האָבן די רעדאַקטאָרן געזאָגט בהאי־לישנא:

„וועקער‟ איז ביז הײַנט געדרוקט געוואָרן דורך „קריִייטספּייס‟, אַ פֿירמע וואס איז אונטער דעם אייגנטום פֿון אַמאַזאָן. די מעלה פון „קריִייטספּייס‟ איז געווען אַז מיר האָבן בלויז געדאַרפֿט שיקן די פֿאַרטיגע פֿײַלס [פּאַפּקעס], און זיי האָבן געדרוקט וויפֿיל וועקערס ס’האָט אויסגעפֿעלט לויט די באַשטעלונגען. מיר האָבן נישט געדאַרפֿט דרוקן פאָרויס, און מיר האָבן נישט געדאַרפֿט זזײַן פֿאַרנומען שיקן אָרדערס [באַשטעלונגען].‟

װאָס איז די סיבה פֿון שפּראַכן־צוגאַנג מצד „קײ־די־פּי“ אין פֿאַרלײַך מיטן געװעזענעם „קריִײטספּײס“? ס׳איז באמת נישט קלאָר. שױן פֿריִער, װען עס האָבן עקזסטירט פֿאַרשײדענע אָפּטײלן אַמאַזאָן װאָס האָבן דערמעגלעכט דאָס אַלײן אַרױסגעבן ביכער, האָט יענער אײנער פֿאַרמאָגט אַ באַזונדערע רשימה שפּראַכן װאָס זײַנען טעכניש דערלאָזלעך. אױך הײַנט איז צו באַמערקן, אַז אַנדערע שפּראַכן, װאָס װערן געשריבן רעכטס־אױף־לינקס, זײַנען יאָ דערלױבט — צום בײַשפּיל, אַראַביש, כאָטש נאָר אין עלעקטראָנישן פֿאָרמאַט און נישט װי אַ געדרוקטן בוך. פֿאַר װאָס אַראַביש און נישט ייִדיש, העברעיִש און אַנדערע שפּראַכן? עס קען געמאָלט זײַן, אַז באַשלוסן בשײַכות מיט רעלאַטיװ קלײנע שפּראַכן זײַנען פּראָסט־און־פּשוט אױף הפֿקר, װײַל קײנער אין אַזאַ גרױסער אָרגאַניזאַציע װײסט גאָר נישט װעגן זײ.

אױף פֿראַגעס פֿון „פֿאָרװערטס“ האָט זיך אָפּגערופֿן אַ װאָרטזאָגערין פֿון אַמאַזאָן:

„מיר װײסן שױן אַז צוליב דעם, װאָס טײל „קריִײטספּײס‟־שפּראַכן זײַנען נאָך נישט צו באַקומען אױף „קײ־די־פּי‟, װעלן טײל מחברים און לײענערס מער נישט קענען אַרױסגעבן אָדער לײענען נײַע טיטלען אױף יענע שפּראַכן. (אַלע פֿריִערדיקע טיטלען מעג מען נאָך אַלץ באַקומען.) מיר האַלטן אין אַקטיװ איבערקוקן די אָפּרופֿן פֿון אױטאָרן און לײענערס כּדי אָפּצושאַצן װעלכע אײגנשאַפֿטן און באַדינגונגען מיר זאָלן אָנבאָטן אין דער צוקונפֿט, אַרײַנגערעכנט צוגעבן צו די שפּראַכן, װאָס זײַנען געשטיצט מצד ׳קײ־די־פּי׳.“

לאָזט זיך אַרױס, אַז די סטראַטעגיע װאָס „דער װעקער“ האָט אָנגענומען קען זײַן דער ריכטיקער. „װעקער‟ איז צװישן די װיכטיקסטע קולטור־אַנשטאַלטן װאָס איז הײַנט פֿאַראַן אױף מאַמע־לשון. לײגן מיר פֿאָר, אַז אַלע װאָס װילן שטיצן דאָס ייִדישע װאָרט זאָלן טאַקע באַלד זיך אָפּרופֿן צו „אַמאַזאָן“ מיט אַ בקשה, מע זאָל צוגעבן ייִדיש (און העברעיִש) צו די געשטיצטע שפּראַכן. אינסטרוקציעס קען מען געפֿינען בײַם דאָזיקן לינק:

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=54&t=12801



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.