דרײַ־וואָכיקער אינטענסיווער ייִדיש־קורס אין בערלין דעם זומער

3-Week Intensive Yiddish Course in Berlin This Summer

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 16, 2019.
Yiddish Berlin

די געאָגראַפֿיע פֿון די ייִדיש־זומער־קורסן בײַט זיך צוביסלעך פֿון יאָר צו יאָר. הײַיאָר וועט דײַטשלאַנד ווידער שפּילן אַ הויפּטראָלע אין דער ייִדיש־פּעדאַגאָגיק. אַחוץ דעם „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟, וואָס קומט פֿאָר יעדעס יאָר אויף פֿינף וואָכן, וועט מען צום צווייטן יאָר דורכפֿירן אַן אינטענסיוון ייִדיש־קורס אין דער דײַטשישער הויפּטשטאָט, בערלין.

די בערלינער פּראָגראַם ווערט אָרגאַניזירט דורכן „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟ צוזאַמען מיטן „מיזרח־אייראָפּע־אינסטיטוט בײַם פֿרײַען אוניווערסיטעט‟ אין בערלין. די קלאַסן ווערן אָרגאַניזירט אונטערן אויפֿזיכט פֿון ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי און קאָאָרדינירט דורך טל־חבֿר כיבאָווסקי, דער דירעקטאָר פֿונעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟.

די קלאַסן, אויף פֿינף ניוואָען, וועלן דויערן דרײַ וואָכן. מע וועט אויך צושטעלן אַן אינטענסיוון סעמינאַר פֿאַר לערער; נאָכמיטאָג־פּראָגראַמען און רעפֿעראַטן (אויף ייִדיש, דײַטש און ענגליש); טורן איבער ערטער פֿאַרבונדן מיט דער אָרטיקער ייִדישער קולטור־ירושה און פֿילם־ווײַזונגען.

עס וועלן לערנען ד׳׳ר מרים טרין, ד׳׳ר קאַראָלינאַ שימאַניאַק, ד׳׳ר שרון בר־כּוכבֿא, לייזער בורקאָ, ד׳׳ר נאַטאַליע קריניצקאַ, אליעזר ניבאָרסקי און ד׳׳ר דאַריאַ וואַכרושאָוואַ.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען פֿון מאָנטיק, דעם 12טן אויגוסט, ביז פֿרײַטיק, דעם 30סטן אויגוסט. דער שׂכר־לימוד איז 680 אייראָס פֿאַרן אַלגעמיינעם עולם און 480 אייראָס פֿאַר סטודענטן.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: http://www.yiddishberlin.com/yi.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.